LYRIC

HILLEL- Mordechai Ben David- Composed By R’ Yom Tov Ehrlich- Ich Hub Gevart/I’ve Waited & Waited

אין טבת א קעלט שניידט די ביינער
געווען איז עס פרייטאג פארנאכט
אינדרויסן עס גייט שוין נישט קיינער
אלס אין די הייזער פארשפארט

אין א געסעלע דארט אין דעם טינקעל
ס’גייען דארט אידן אסאך
שטייט דארט א שול אין דער ווינקל
מיט א גלעזערנעם ליכטיגן דאך

דער שול איז דאך יעצט א גן עדן
ס’איז ווארעם ס’איז לעכטיג און שיין
היינט וועלן מיר תורה דארט רעדן
שמעיה און אבטליון אליין

ביים טיר שטייט א שמש א היטער
ער לאזט נישט א יעדן אריין
אריין גיין עס וויל דאך א יעדער
פאר יעדן קיין ארט וועט נישט זיין

דער שמש ער לאזט דורך די רייע
די גרעסטע חכמים פון לאנד
אריינגיין עס קאסט א מטבע
און יעדער גיט אים אין האנט

אינדרויסן עס זענען געבליבן
נאר היימלאזע ארימעלייט
דער שמש ער האט זיי צעטריבן
ער מוסר’ט ער רעגט זיך און שרייט

איר ווילט דאך די תורה נישט הערן
איר ווילט זיך אנווארימען בלויז
איר וועט נאך אנטשלאפן דא ווערן
און דא איז א הייליגע הויז

און פלוצלונג עס גייט דארט צו איינער
צוריסן די קליידער דורכאויס
עס קלאפן פון קעלט זיינע ציינער
דער פנים פארביטערט דורכאויס

ער בעט זיך האט אויף מיר רחמנות
לאזט מיר אין ביהמ”ד אריין
גלייבט מיר אמאל אויף נאמנות
איך וועל אייך באצאלן נאך פיין

וואס איך פארדין אויף מיין לעבן
העלפט גיב איך אפ אין מיין הויז
דער רעשט וועל איך אייך אוועק געבן
איך בעט אייך נאר הילף מיר ארויס

יעצט האב איך ביי זיך קיין גראשן
איך האב נאך היינט גארנישט פארדינט
הונגעריג האב איך געלאזן
אין הויז דארט מיין פרוי און מיין קינד

פון אויגן עס פאלן די טרערן
דער שמש עס גיט נישט קיין ריר
ס’איז שפעט שוין איך וויל מער נישט הערן
און קלאפט צו די אייזערנע טיר

עס זענען שוין אלע צוגאנגען
דער איד איז געבליבן אליין
ער שטייט ביי דער טיר ווי געפאנגען
ער קען נישט פון איר אוועק גיין

די ווענט אויך פון שטיינער געמויערט
די טירן געפאנצערט מיט שטאל
אומזיסט לייגט ער צו דארט זיין אויער
ער הערט נישט פון דארטן קיין קול

און פלוצלונג ער הויבט אן צו לויפן
ער קומט באלד אן אין הויף
עס ציען זיך שטיגן ביז אויבן
ער הייבט באלד אן קריכען ארויף

ער קריכט אזוי ביז גאנץ אויבן
ער זעט אז ער איז אויפן דאך
און אונטער די פיס זעט ער שויבן
מיט גלעזערנע פענסטער אסאך

ער דריקט צו די שויבן זיין פנים
ער זעט דעם ביהמ”ד פאר אים
אט זעט ער די גרויסע רבנים
אט הערט ער די הייליגע שטים

די אויגן זיי הייבן אן גלאנצן
ער פילט שוין גארנישט קיין פראסט
ער ציט אויס זיין קערפער אינגאנצן
און דריקט צו דעם פנים צום גלאז

ער פארשטייט אלס וואס זיי רעדן
אינגאנצן באגאסן מיט שוויס
ער מיינט אז ער זיצט אין גן עדן
ס’איז ווארים ס’איז ליכטיג און הייס

א שנייעלע הייבט אן צו פאלן
און נעמט אים פארשיטן אזוי
ער וועט נישט אוועק גיין פארפאלן
ער איז שוין פארפרוירן און בלוי

דער פריי מארגן הייבט שוין אן טאגן
מען האט דיין געזען זיין געשטאלט
געלאפן אים גלייך אראפ טראגן
געברענגט צוריק די כוחות באלד

גענומען זיך דאן מיט אים רעדן
זיין תורה איז גאר אן אן עק
מער האט נישט געקענט זיך צושיידן
ער איז שוין פון דארט נישט אוועק

ס’איז שפעטער אדורך פילע יארן
געוואקסן אין תורה ביז גאר
ביז ער איז אויך געווארן
דער חשוב’סטער תנא אין דור

אין הימל געמוזט דאן באשלאסן
די הלכה זאל בלייבן ווי ער
אז תורה צו קענען און וויסן
דארף אנקומען זייער שווער