LYRIC

ICH HOB GEVART- Mordechai Ben David- Composed By R’ Yom Tov Ehrlich A”H- I’ve Waited & Waited

איך האב געווארט און געווארט
אין בית מדרש אין א ווינקל
דאס לעכטל אויפן עמוד
האט געטאנץ דעם לעצטן טאנץ

האט האט דאס זיך פארלאשן
עס איז געווארן טונקל
האט האט דאס זיך צופלאקערט
מיט גאר א נייע גלאנץ

איך האב געווארט אין געווארט
געמיינט אז די וועסט קומען
איך האב אזוי געוואלט דיר זען
אזוי געוואלט געפינען

איך האב געווארט און געווארט
אזוי א גאנצע נאכט
און געווארט און געווארט
…און גארנישט נישט דערוואגט

איך האב געזוכט און געזוכט
אין שטארעם און אין רעגן
אין גאלדענעם פארנאכט
אין זילבערנעם פארטאג

איך האב געפרעגט און געפרעגט
ווי דיר איך זאל דערוועגן
אה… זיי האבן זיך צולאכט
און גארנישט מיר געזאגט

איך האב געזוכט און געזוכט
און טרערן פלעגן רונען
איך האב אזוי געוואלט זיר זען
אזוי געוואלט געפינען

איך האב געזוכט און געזוכט
אזוי א גאנצע נאכט
און געזוכט און געווארט
און גארנישט נישט דערוואגט

ווען האב איך דיר געזען
ווען האב איך דיר געפונען
ווען איך האב שוין נישט געזוכט
און נישט געווארט שוין מער

ווען טרערן פון מיין אויגן
האבן שוין נישט גערונען
פון בענקשאפט איז מיין הארץ
געווארן ווי א שטיין

דערזען האב איך דיין געשטעל
אזוי ווי אין א חלום
ווי א הערש עס לויפט אין וואלד
כעופר האילים

אזוי אנטלויפסטו מיר
און קערסט זיך אום צוריק
מיט ליבשאפט אן א שעור
פון דיין פוטערליכן בליק