LYRIC

MEIN KIND- Mendy Wald- Composed by Yo Aisenstark, Lyrics by Lipa Schmeltzer- Koach

VERSE 1:
הער, מיין קינד, איך וויל דיר זאגן
פארשרייב דיר, אין זכרון
וואס איך בין אדורך
ווען מ׳האט אונז געשלאגן
כ׳דערמאן זיך, היינט פון יענע יארן

געווען, מיט שרעק ארום גענומען
אזויפיל, אידן גייען
מיין, טאטע מאמע
דארט אומגעקומען
אלע, שמע ישראל זיי שרייען

CHORUS 1:
אין פייער מ׳האט פארברענט
דאס אויסהאלטן, האב איך קוים געקענט
אינגאנצן אליין
צו וועם, זאל איך גיין
ווער, וועט הערן מיין געוויין

מיין קינד, דערמאן זיך נאר
ס׳איז געווען, אמאל נאך א דור
ביי יענע מלחמה
די הייליג נשמה
איז געווען, דאס איינציגע נחמה

VERSE 2:
מיין קינד, ליבער קינד, זאלסט וויסן
יודיש בלוט, פלעגט גיסן
אין רוסלאנד, אין יוראפ, אין ארץ ישראל
אין לאגער, זעקס מיליאנען מיט איינמאל

מיין קינד, א דור, קומט און גייט
כ׳לאז דיר, איבער, דא אליין
זאלסטו געדענקען, אויף אייביג די רייד
דיין קינד, גיב דאס צו פארשטיין

CHORUS 2:
דערצייל, די גרויסע וואונדער
און אויך ווייטער, פאר זייערע קינדער
מיר האבן געליטן
גאט, האט געהיטן
אלעס איז געווען נאר, צום גוטן

מיין קינד, דערמאן זיך נאר
ס׳איז געווען, אמאל נאך א דור
ביי יענע מלחמה
די הייליג נשמה
איז געווען, דאס איינציגע נחמה

CHORUS 3:
געדענק, אין שווערע צייט
מסירת נפש, האבן מיר געהאט
שרייט נאר צו גאט
ווען צרות מ׳האט
שמע ישראל, ה׳ אחד

טאטע, מיר געדענקען נאר
ס׳איז געווען, אמאל נאך א דור
ביי יענע מלחמה
די הייליג נשמה
איז געווען, דאס איינציגע נחמה