LYRIC

SHABBOS SHABBOS KODESH- Mordechai Ben David- Composed by R’ Yom Tov Ehrlich Z”L- I’ve Waited & Waited

שבת שבת קודש
קומט דאך אויף דער וועלט
שבת שבת קודש
.אלץ ווערט אפגעשפעלט
שבת אויפן וואסער
שבת אויפן פעלד
שבת אין-דערויסען
.שבת אין געצעלט

שבת שבת קודש
באלד זעקס טוזינט יאהר
קומט דער ליבער שבת קודש
.פינקט גענוי אין קלאר
שבת שבת קודש
דער ליבלינג פון דעם יוד
ער ליבט דעם שבת און ער שעצט עם
.ווי דעם אוג ער היט

שבת קודש גייט מיט אונז ציזאמען
אויף אלע וועגען
אויף אלע שטייגען
.איבער אלע ימים
און דעם גרויסען גלות קלעם
אין פחד און אין שרעק
גייט מען אויף קידוש השם
.פון שבת נישט אוואק
געשעפטען גרויסע מיט פערדינסט
לאזט מען אפ מיט שרעק
ווי דער שבת קומט צוגיין
.ווארפט מען אלץ אוועק