LYRIC

SHABBOS IN FELD- Mordechai Ben David- Composed By R’ Yom Tov Ehrlich Z”L- Ich Hob Gevart/I Have Waited

הערט אויס ליבע אידן
וואס איך וועל אייך דערצעהלן
און איר וועט זיין צופרידן
זייער שטארק פון דעם

די מעשה האט געטראפן
איך וועל אייך זאגן אפן
מען זאגט אז ביים אריז”ל
מען זאגט אז ביים בעל שם
זכרונם לברכה
מיר ווייסן להלכה
אז אט די מלאכה
האבן זיי ביידע גוט געקענט

די שטיינער מאכן זינגען
די וואסער מאכן קלינגען
די ביימער מאכן שפרינגען
און פאטשן מיט די הענט

פרייליך אידן
מיר דארפן זיין צופרידן
מיט אונזער בורא
מיט זיין תורה
גליקליך זיין אסאך
און מיר גלויבן
אז דער פון אויבן
האט געגעבן כח אויך צו די צדיקים’לאך

אוי אוי אוי אוי אוי
דער צדיק איז אמאל
געגאנגען בארג און טאהל
מיט חסידים מיט תלמידים א באשטימטע צאל

אוי הוי אוי אוי אוי
עס קומט שבת אויפן וועלט
און אינמיטן פעלד
מקבל זיין דעם ליבן שבת האט ער זיך געשטעלט

בואי כלה
דער שבת איז פאר אלע
נישטא קיין שוהל נישטא קיין עמוד קיין זאך איז נישטא
קומט קומט אלע
עס ווארטן אויף דיר אלע
די שעפסעלעך בהמה’לעך פני שבת נקבלה

דער צדיק זינגט א ניגון
ס’איז א פארגעניגן
ס’קומען צו די ציגן
זיי האבן נישט קיין רוה
די קעלבעלעך די קליינע
די שעפסעלעך די שיינע
איינע גלייך נאך איינע
רוקן זיי זיך צו

געקומען זענען אלע
מען הערט עפעס א כלה
מען זעהט דעם צדיק טאנצן
מען הערט אויס זיין געזאנג
עפעס נעמט זיי ציהען
עפעס נעמט זיי בריען
עפעס נעמט זיי גליען
אין קעפל א געדאנק

בואי כלה
דער שבת איז פאר אלע
די שעפסעלעך די ציגעלעך מען קומט פון אומעטום
און זיי בליקן
און זיי קוקן
און פון גרויסן פארגעניגן רינגעלט מען ארום

אוי אוי אוי אוי אוי
עפעס האט דערשפירט
דער ווערימעל וואס קריכט
די פייגעלעך די הייזעלעך די הערצעלעך גערירט
אוי הוי אוי אוי אוי
א טומל א געלויף
די קעפלעך אויף ארויף
און צוביסלעך
אויף די פיסלעך
הייבן זיי זיך אויף

טאנצט טאנצט אידן
א פארגעניגן
אויף די פוס די הונטערשטע ווי שיין עס איז צו זעהן
שאף און רינדער
ווי די קליינע קינדער
אלע זינגען
אלע שפרינגען
יעדער ווי ער קען

אוי אוי אוי אוי אוי
קוקט נאר אין דער הויעך
די שטערן טוען מיר נאך
און זיי טאנצן
און זיי גלאנצן
אויף א ווייסן רויעך

אוי הוי אוי אוי אוי
זעהט נאר ווער ס’פליעט
די פליגלעך אויסגעצירט
מלאכים קומען צו דעם צדיק און זיי טאנצן מיט

קומט קומט אלע
דער שבת איז פאר אלע
ווער ס’היט דעם שבת איז דער שבת פאר אים דא
קומט קומט אלע
עס ווארטן אויף דיר אלע
בואי כלה בואי כלה
פני שבת נקבלה