LYRIC

AZ NISHT KEIN EMUNAH- Yiddish Classic

,אַז נִישְׁט קֵיין אֱמוּנָה צוּזאַמעֶן מִיטְ’ן געֶלְט
?וָואזָשְׁעְ אַרְבּעֶטְסְטוּ אוֹיף דעֶר וועֶלְט
,אַז נִישְׁט קֵיין בִּינָה צוּזאַמעֶן מִיטְ’ן געֶלְט
?וָואזָשְׁעְ בְּרוֹיכְסְטוּ דִי גאַנְצעֶ וועֶלְט

,אַז נִישְׁט קֵיין גְּמִילוּת חֲסָדִים צוּזאַמעֶן מִיטְ’ן געֶלְט
?וָואזָשְׁעְ גֵייסְטוּ אוֹיף דעֶר וועֶלְט
,אַז נִישְׁט קֵיין דַּעַת צוּזאַמעֶן מִיטְ’ן געֶלְט
?וָואזָשְׁעְ דאַרְפְסְטוּ דִי גאַנְצעֶ וועֶלְט

,אַז נִישְׁט קֵיין הַכְנָסַת אוֹרְחִים צוּזאַמעֶן מִיטְ’ן געֶלְט
?וָואזָשְׁעְ האָרעֶוועֶסְטוּ אוֹיף דעֶר וועֶלְט
,אַז נִישְׁט קֵיין וַותִיקוּת צוּזאַמעֶן מִיטְ’ן געֶלְט
?וָואזָשְׁעְ וִוילְסְטוּ אוֹיף דעֶר וועֶלְט

,אַז נִישְׁט קֵיין זְכֻיּוֹת צוּזאַמעֶן מִיטְ’ן געֶלְט
?וָואזָשְׁעְ זוּכְסְטוּ אוֹיף דעֶר וועֶלְט
,אַז נִישְׁט קֵיין חֲסִידוּת צוּזאַמעֶן מִיטְ’ן געֶלְט
?וָואזָשְׁעְ חאַפְּסְטוּ דִי גאַנְצעֶ וועֶלְט

,אַז נִישְׁט קֵיין טָהֳרָה צוּזאַמעֶן מִיטְ’ן געֶלְט
?וָואזָשְׁעְ טוֹיגְסְטוּ דִי גאַנְצעֶ וועֶלְט
,אַז נִישְׁט קֵיין יִרְאַת שָׁמַיִם צוּזאַמעֶן מִיטְ’ן געֶלְט
?וָואזָשְׁעְ יאָגְסְטוּ זִיךְ אוֹיף דעֶר וועֶלְט

,אַז נִישְׁט קֵיין כָּבוֹד הַתּוֹרָה צוּזאַמעֶן מִיטְ’ן געֶלְט
?וואָס אִיז דעֶר כָּבוֹד אוֹיף דעֶר וועֶלְט
,אַז נִישְׁט קֵיין לִמּוּד הַתּוֹרָה צוּזאַמעֶן מִיטְ’ן געֶלְט
?וָואזָשְׁעְ לוֹיפְסְטוּ אוֹיף דעֶר וועֶלְט

,אַז נִישְׁט קֵיין מִדּוֹת צוּזאַמעֶן מִיטְ’ן געֶלְט
?וָואזָשְׁעְ מַאכְסְטוּ זִיךְ אוֹיף דעֶר וועֶלְט
,אַז נִישְׁט קֵיין נֶאֱמָנוּת צוּזאַמעֶן מִיטְ’ן געֶלְט
?וָואזָשְׁעְ נֶעמְסְטוּ דִי גאַנְצעֶ וועֶלְט

,אַז נִישְׁט קֵיין סִיַּעְתָּא דִשְׁמַיָּא צוּזאַמעֶן מִיטְ’ן געֶלְט
?וָואזָשְׁעְ סאַפּעֶסְטוּ אוֹיף דֶער וועֶלְט
,אַז נִישְׁט קֵיין עֲנָוָוה צוּזאַמעֶן מִיטְ’ן געֶלְט
?וואָס וועֶסְטוּ עֶנְטְפעֶרְן אוֹיף דֶער אֱמֶתדִיקֶּער וועֶלְט

,אַז נִישְׁט קֵיין פִּדְיוֹן שְׁבוּיִים צוּזאַמעֶן מִיטְ’ן געֶלְט
?וָואזָשְׁעְ פְּלאָגְסְטוּ זִיךְ אוֹיף דֶער וועֶלְט
,אַז נִישְׁט קֵיין צְדָקָה צוּזאַמעֶן מִיטְ’ן געֶלְט
?וָואס פַאר אַ צִיל הָאסְטוּ אוֹיף דֶער וועֶלְט

,אַז נִישְׁט קֵיין קְדֻשָּׁה צוּזאַמעֶן מִיטְ’ן געֶלְט
?וָואזָשְׁעְ קוֹיְפְסְטוּ אוֹיף דֶער וועֶלְט
,אַז נִישְׁט קֵיין רַחֲמָנוּת צוּזאַמעֶן מִיטְ’ן געֶלְט
?וָואזָשְׁעְ רַעֲשׁ’טוּ דִי גאַנְצעֶ וועֶלְט

,אַז נִישְׁט קֵיין שְׁמִירַת שַׁבָּת צוּזאַמעֶן מִיטְ’ן געֶלְט
?וָואזָשְׁעְ שְׁרַייסְטוּ אוֹיף דֶער וועֶלְט
אַז נִישְׁט קֵיין תְּמִימוּת צוּזאַמעֶן מִיטְ’ן געֶלְט
?וואָס אִיז דעֶר תַּכְלִית אוֹיף דֶער וועֶלְט