LYRIC

THE LANGUAGE OF MUSIC- Lipa Schmeltzer- Composed by Pinky Weber, Lyrics by Pinky Weber & Lipa Schmeltzer- Me’imka D’lipa

איך פאר ארום אויף קירוב
א וועלט אזוי מעורב
אין פילע פרעמדע לענדעלעך
שוין אנגעקומען ענדליך

כ’פארשטיי נישט קיין אות אחת
פרעמד פאר מיר די שפּראך איז
פיל פראבלעמען מאכט זי מיר
איך פאר אהיים שנעל דאכט זיך מיר

איך גיב כמעט א חליש
אן עצה מוזיקאליש
איך געב די נאטן
דרוקט דעם באטן
און מ’האט אים
שיין אפגעשפילט
און דאס פארשטייט מען
דאס פארדייעט מען
טיף אין הארץ מ’פילט

אמעריקאנער און טייוואנער
בראזיליאנער און איראנער
פאקיסטאנער און יאפאנער
צו יעדן אפיעלט

די שפראך איז מוזיקאליש
ס’ברענגט א ליכט גאר שטראליש
ווען די מייקראפאונען
קארדיאונען
און טראמבאונען
שפילן מוזיק
און די נשמה בעולמו
קומט צום שורש צוריק

יעדער יהודי
הייבט זיך מיט די
שיינע סידי
הערט נאר ווי די
מזמר חסידי
זינגט טי רי די
קיינמאל גענוג

…ליי ליי ליי לא

פון היינט מאל אן ווען אימער
פארן ערגעץ טוען מיר
העלפן נאך א אידיש קינד
וואס דער מצב רוחני איז אים בלינד
אויב איך קען די שפראך נישט
פרעג איך שוין קיין סאך נישט
ווייל מוזיק נאר מיט דעם
פון מיין נשמה כ’רעד צו אים

מעידזשער, מיינער, פרעגיש
נאך אביסל רגש
וויפיל פעלער
שטייט צו שנעלער
א קאפעליע
ס’מאכט גארנישט אויס
די שפּראך וועט שטימען
ווען ס’וועט קומען פון הארץ ארויס
קוק און זע נאר
נעם די פלענער
שארף די ציינער
הייב אן טענער
מיט א שיינער ליד א פלעינער
זיין הארץ אויפבוי עס

ווייל אין יעדן עלטער
פון א תנועה קוועלט ער
ס’קומט צו זינגען
אן אלט א יונגען
ס’מאכט א גרינגען פרייליך געמיט
ס’ברענגט לאלוקים
די רחוקים
אויך דעם נאנטן איד
שיין די שפראך איז משובחת
הערליך רייך איז
און איך גלייך עס
ווייל די פאך איז
מיר א נחת
זינגט מיט מיר דעם ליד

…ליי ליי ליי

יעדע רידעם מאכט ליהודים
לידער גיב דעם
איד און מיט דעם
די שס”ה גידים
וועלן צו דעם
גוטן וועג צוריק
און דאס העלפט אייביג
בלי שום ספק
ס’איז מיר קיינמאל גענוג
גוטע מוזיק