LYRIC

ICH HOB GECHAPT- Lipa Schmeltzer- Composed By Yossi Green- Me’imka D’lipa

איך האב געכאפּט, ביי ואני
כ’האב נאכאמאל געכאפּט ביי משפּטים
כ’האב שיער נישט געכאפּט אינדערהיים נאך איינס אזאנס
אוי וויי

איך האב געכאפט ביי האזינו
כ’האב נאכאמאל געכאפט ביי משפּטים
כ’האב שיער נישט געכאפּט ביים פארהער נאך איינס
איינס אדער איינס צוויי דריי

די חברים מיינע
בין איך געווען מקנא
פארוואס האב איך נישט אלעס וואס זיי האבן
דער קען לערנען בעסער
און דער וועט וואקסן גרעסער
און מיינע חושים קען דאס נישט ערלויבן

די רבי פלעגט זיך פּלאגן
אז איך זאל העכער זאגן
וואו האלט מען? האסט שוין געקלאצט גענוג
יעדער קען געדענקען
און דאך מען טוט זיך בענקען
צו די אלטע חדר צוריק

איך האב געכאפּט ביי ואני
אוי האב איך געכאפּט ביי משפּטים
כ’האב שיער נישט געכאפּט אינדערהיים נאך איינס אזאנס
אוי וויי

איך האב געכאפט אויך ביי אקדמות
און זיך קוים געכאפט געכאפט דעם אטעם
כ’האב שיעור נישט געכאפט אין די שול נאכאיינס
…איי

די זייגער שוין געקלינגען
צו מיטאג וויל מען שפּרינגען
“דער רבי שרייט “חזרה נישט גענוג
לערנען דארפן ענק און
עטץ וועט זיך נאך בענקען
צו די אלטע חדר צוריק

די חברים מיינע
בין איך געווען מקנא
פארוואס האב איך נישט אלעס וואס זיי האבן
דער א גוטע ריסעס פּעקל
דער א שיינע נייע רעקל
נאר מיין טאטע קען זיך נישט ערלויבן

איך וואלט צוריק געגאנגען אין חדר
עס וואלט געווען אזוי בא’טעמ’ט
אנשטאט צו גיין ארבעטן כסדר
וואלט איך נאך געלאפן היינט

איך וואלט צוריק געגאנגען אין חדר
עס וואלט געווען אזוי בא’טעמ’ט
אנשטאט צו גיין ארבעטן כסדר
וואלט איך נאך געלאפן היינט

איך האב געכאפּט ביי ואני
כ’האב נאכאמאל געכאפּט ביי משפּטים
כ’האב שיער נישט געכאפּט אינדערהיים נאך איינס
איינס אדער איינס צוויי דריי