LYRIC

ME’IMKA D’LIPA (Yiddish)- Sung & Composed By Lipa Schmeltzer- Me’imka D’lipa

CHORUS:
,מעומקא דליבא, מעומקא דליבא
.מעומקא דליבא, מעומקא דליבא

דער מגיד זאגט א דרוש
מ’איז מצמצם די מוחין
דער מלמד צו תלמידים
.חידושים עטס שארטס

דער גראמער זינגט אויס די פיוטים
פיל ס’איז מיט תוכן
דאס אלעס לאוט א רושם
.נאר אויב עס איז מיט הארץ

חשק און שרעקן
ליבשאפט און גלוסטעניש
געפילן ערוועקן
.איז הארץ

אכזרית און פיינטשאפט
אויב דאס הארץ סטאפט, מער ביסטו נישט
רחמנות און פריינשאטפט
.איז הארץ

ליבער פריינט נעם זיך נישט אלץ צום הערצל
כאטש ס’איז שווער דאס דורכגאנג אויסווארטס
און ס’לוינט זיך נישט דאס לעבן געבן א פארקערצל
.ס’איז גארנישט ווי א צובראכן הארץ

אויב דו שטארקסט דאס
וואס דיין הארץ שפירט און זעט
וועסטו זיין בעל הבית
.ווי א ‘טשעכין’ אויפ’ן ברעט

רואיג, סאליד
טראכט נאר פאזיטיוו
האב יעדן ליב
.פון הארצן טיף

CHORUS:
,מעומקא דליבא, מעומקא דליבא
.מעומקא דליבא, מעומקא דליבא

וויאזוי פארמינערט מען אין הארץ
וויטאג און כאב
אז מען ארבעט אויף זיך צו זיין
.א מח דשליט על הלב

מצות תפילין, אתרוג אויך מכוון ללב
נאר מיט הארציגע תפילות
די טויערן אויפשפארטס
אין קאכן באקן שפילן העלפן
אין אלעס מען גיבט א טרעף
.אויב עס ווערט געטון מיט’ן גאנצן הארץ

זאג האב מיר און זיי מיר
פאר שלעכטע ענערגיע
אויב דו האלטסט א שאץ קאמער
.דיין הארץ

אויף ווייטאג און טראמא
נעם א נייע סטראטעגיע
וויל עס דריקט דיך מסתמא
.דיין הארץ

?ווער צאלט רענט און זיצט אין הארץ ווי א פארשווארצער
און פארבלענדט דיין קאפ מיט גלוסטעניש און טריץ
דיין הארץ קען זיין דער ווארעמסטער צווישן הערצער
.אויב דו הייבסט אן היינט היינט נוצן נאר אויף גוטס

א שוויגער און א שלינגער
איז גאר א שיינע זאך
נאר גרינגער
.איז געבן אוועקמאך

פיל הערצער
האבן דאגות אויסגעצאפט
פארמערטס איר
.פרייד כל זמן עס קלאפט

CHORUS:
,מעומקא דליבא, מעומקא דליבא
.מעומקא דליבא, מעומקא דליבא

א הארץ קען ברעכן אייזן
עס קען ראטעווען דורות
עס קען ישועות וויזן
אויב מ’איז זיך נישט טועה
עס ברענגט פרנסה, שלום
צום הארץ אפען די טויער איז
.און רחמנא ליבא בעי