LYRIC

A GUT VORT- Lipa Schmeltzer- Composed by Shauli Grossman, Lyrics by Lipa Schmeltzer & Shauli Grossman- Me’imka D’lipa

Hey, what’s the good word
כ’טראכט פון דיר אסאך

CHORUS:
…א גוט ווארט לא לא לא
…א גוט ווארט לא לא לא
…א גוט ווארט לא לא לא
…א גוט ווארט לא לא לא

ווען דו קומסט אריין שטוב אדער אין דיין דזשאב
דו טרעפסט דיין בעל הבית, דו טרעפסט דיין ארבעטארער
שוואגער, ברודער, שוועסטער, טאטע, מאמע, אייגענע ווייב
יעדער קען עס נוצן דאס איז ברור
זעסט א מענטש לאכט, הע, דו ווילסט זיין שמייכל בארגן
נעבעך ס’קען זיין אינעווייניג איז ביטער ווי מרור
פּלוצלינג געשעט מיט יענעם עפּעס וואס טוט באזארגן
וואו איז געווען מיין גוט ווארט, פארשטייסטו קלארער
צי דו וויינסט צי דו לאכסט
נישט קיין חילוק וואס דו מאכסט
פרייליך צי באזארגט
יעדער מענטש פון פלייש און ביין האט’עך ליב א גוט ווארט
ביסט פאריאגט ביסט פארפּלאגט
דאך א גוט ווארט געזאגט
זיך אפּגעשטעלט זאפארט
יענער וועט געדענקן אייביג דיין גוט ווארט

CHORUS:
…א גוט ווארט לא לא לא
…א גוט ווארט לא לא לא
…א גוט ווארט לא לא לא
…א גוט ווארט לא לא לא

א איד שלעפּט זיך אהער
נעמט אים צען מינוטן מער
ווייל דיין גוט ווארט טוט זיך אין אים אנקלעבן
א צווייטער שפּאצירט אויף א בריק
צי וועט ער נאך קומען צוריק
מיט איין גוט ווארט האסט אים געשאנקן נאך לעבן
א חידה אויף די סדרה, א ווערטל, א וויץ
אויף דעם זיי מיר נישט קיין קארגער
טרעפסט א צווייטן זאג שוין עפּעס פארט
א קאמפּלימענט פארגין פאר יענעם, זיי נישט קיין פאר’הרג’ער
ווייל דו קענסט ראטעווען יעדן מיט איין גוט ווארט
צי דו וויינסט צי דו לאכסט
נישט קיין חילוק וואס דו מאכסט
פריילעך צי באזארגט
ביסט געמאכט פון פלייש און ביין האסטו ליב א גוט ווארט
ביסט פאריאגט ביסט פארפּלאגט
דאך א גוט ווארט געזאגט
זיך אפּגעשטעלט זאפארט
יענער וועט געדענקן אייביג דיין גוט ווארט
אוודאי נישט איין שלעכט ווארט, ס’איז א גרויס אחריות
נאכ’ן זאגן מ’האט חרטה, אבער ס’איז דערנאך
מיין בעסטע חבר, גוטע שכנים, אדער שלום בית
קען גיין כאדאראם אנגעהויבן פון איין שטאך
צי דו וויינסט צי דו לאכסט
נישט קיין חילוק וואס דו מאכסט
פריילעך צי באזארגט
ווייל א מענטש פון פלייש און ביין האט’עך זייער ליב א גוט ווארט
ביסט פאריאגט ביסט פארפּלאגט
דאך א גוט ווארט געזאגט
זיך אפּגעשטעלט זאפארט
יענער וועט געדענקן אייביג דיין גוט ווארט
…א גוט ווארט לא לא לא
איין שלעכט ווארט חלילה
…א גוט ווארט

CHORUS:
…א גוט ווארט לא לא לא
…א גוט ווארט לא לא לא
…א גוט ווארט לא לא לא
…א גוט ווארט לא לא לא