LYRIC

THE LANGUAGE OF MUSIC- Lipa Schmeltzer- Composed By Pinky Weber, Lyrics By Pinky Weber & Lipa Schmeltzer- Me’imka D’lipa

איך פאָר ארום אויף קירוב
א וועלט אזוי מעורב
אין פילע פרעמדע לענדעלעך
.שוין אנגעקומען ענדליך

כ’פארשטיי נישט קיין אות אחת
פרעמד פאַר מיר די שפּראך איז
פיל פּראבלעמען מאכט זי מיר
.איך פאָר אהיים שנעל דאכט זיך מיר

איך גיב כמעט א חליש
אַן עצה מוזיקאליש
איך געב די נאטן
דרוקט דעם באטן
און מ’האט אים
שיין אפּגעשפּילט
און דאס פארשטייט מען
דאס פארדייעט מען
.טיף אין הארץ מ’פילט

אמעריקאנער און טייוואנער
בראזיליאנער און איראנער
פּאקיסטאנער און יאפּאנער
.צו יעדן אפּיעלט

די שפּראך איז מוזיקאליש
ס’ברענגט א ליכט גאר שטראליש
ווען די מייקראפאונען
קארדיאונען
און טראמבאונען
שפּילן מוזיק
און די נשמה בעולמו
.קומט צום שורש צוריק

יעדער יהודי
הייבט זיך מיט די
שיינע סידי
הערט נאר ווי די
מזמר חסידי
זינגט טי רי די
.קיינמאל גענוג

…ליי ליי ליי לא

פון היינט מאל אָן ווען אימער
פארן ערגעץ טוען מיר
העלפן נאך א אידיש קינד
וואס דער מצב רוחני איז אים בלינד
אויב איך קען די שפּראך נישט
פרעג איך שוין קיין סאך נישט
ווייל מוזיק נאר מיט דעם
.פון מיין נשמה כ’רעד צו אים

מעידזשער, מיינער, פרעגיש
נאך אביסל רגש
וויפיל פעלער
שטייט צו שנעלער
א קאפּעליע
ס’מאכט גארנישט אויס
די שפּראך וועט שטימען
ווען ס’וועט קומען פון הארץ ארויס
קוק און זע נאר
נעם די פּלענער
שארף די ציינער
הייב אָן טענער
מיט א שיינער ליד א פּלעינער
.זיין הארץ אויפבוי עס

ווייל אין יעדן עלטער
פון א תנועה קוועלט ער
ס’קומט צו זינגען
אַן אלט א יונגען
ס’מאכט א גרינגען פרייליך געמיט
ס’ברענגט לאלוקים
די רחוקים
אויך דעם נאנטן איד
שיין די שפּראך איז משובחת
הערליך רייך איז
און איך גלייך עס
ווייל די פאך איז
מיר א נחת
.זינגט מיט מיר דעם ליד

…ליי ליי ליי

יעדע רידעם מאכט ליהודים
לידער גיב דעם
איד און מיט דעם
די שס”ה גידים
וועלן צו דעם
גוטן וועג צוריק
און דאס העלפט אייביג
בלי שום ספק
ס’איז מיר קיינמאל גענוג
.גוטע מוזיק