LYRIC
VOS TUT DIR VEY- Sung & Composed By Lipa Schmeltzer- Me’imka D’lipa
…איך האלט מ’דארף אים אינטערברענגן איינמאל פאר אלעמאל בפומבי
?נא, פארדעם ביסטו געקומען אהער
קעי שריי נישט
?זאג עפעס קעווטשט דיר
?עפעס טוט דיר וויי
געשלעפּט אין מאראסט
אין שול אלץ א גאסט
אויף לכה דודי א לידל פארפּאסט
שטיי איך די פּנים אינגאנצן געבלאסט
א צווייטן שיקט מען צו לכו נרננה
כ’האב מיר באליידיגט כמעט
א נחמה געהאט
מ’וועט מיר זיכער צו שיקן צו שוכן עד
כ’וועל דאווענען שיין און שטייט
כ’בין זיי דן לכף זכות זיי ווייסן נאכנישט ווער ס’איז דא
איך האב מיר גענארט
געשטאנען געווארט
אפילו נישט אַן עליה עס באדערט עס ארט
דער גאנצע בית המדרש וואלט איך שוין פארשפּארט
אויב מען גיבט א גאסט אזא ברוך הבא
צו מוסף צוגיין
כ’וועל דאווענען שיין
אבער צום עמוד מען שיקט מיך נישט ניין
ס’איז שבת ראש חודש האלוי ס’איז פיין
די בעל תפילה האט פארגעסן צו זאגן אתה יצרת
CHORUS:
“און איך שריי “נא” און איך שריי “נו
“איך בין דער ערשטער וואס שרייט “נו
הלוואי ווען איך גיי
קענען יעדן זאגן דעם אמת וואס טוט מיר וויי
“אנשטאטס “נא
עס איז מיר געווען באנג
מיט א פּסק איך ענטפאנג
אזוי זיך צושריגן האב איך זיך נישט לאנג
אתה יצרת איז אין מיין געדאנק
נא נא נא נא אויסדריקלעך
דער שלישי פאר פישי
און זישי האט שישי
א חוצפּה ארויס פונעם גדר אנושי
נישט קיין ברעטל און נישט קיין חמישי
נו וואס זאל איך יעצט טון מיט מיינע חזנות שטיקלעך
…שריי איך נאאאאאא
די גאסן איז פול
גייט רבי שלומ’קע פון זוועהיל
עמיצער אים פארשעמען ער וויל
דער צדיק נעמט געלט א טייערער ביל
און גיבט דאס גאנצע פאר דעם איד אוועק
דער גבאי ער שוימט
מיט וואונדער ער שטוינט
דער רבי איז מסביר אזוי גוט געלוינט
זעסט נישט עס דריקט אים ער איז איינגעצוימט
גיב איך אים אהין פאר זיין פּריוואטע צוועק
CHORUS:
“ווען ער שרייט “נא” ווען ער שרייט “נו
ווען ער שרייט נא נו נא נא נא
הלוואי ווען איך גיי
קענען יעדן דערציילן דעם אמת וואס טוט מיר וויי
“אנשטאטס “נא
איינער זיצט אין שול בשעת התפילה
די שטיבל איז געשטאפּט מיט מענטשן פילע
קומט עמיצער און מאכט א גאנצע בראטל
(נא “האלוי ביי די שטיקל שטייט מען, גיבט ער א טייטל” (נישטא צו וועם צו רעדן
ּדער איד ווערט רויט מיט בושה גיבט זיך א כאפ
שוין דריי יאר זיץ איך אין שטוב כ’האב נישט קיין דזשאב
כ’קען נישט גיבן די קינדער מיט די ווייב
און קיינער שרייט נישט “נא” נאר שטיל מ’בלייבט
CHORUS:
“און דו שרייסט “נא” און דו שרייסט “נו
“און דו שרייסט “נא נע נו נא נע נה נא
הלוואי ווען איך גיי
קענען יעדן זאגן דעם אמת וואס טוט דיר וויי
…אנשטאטס נאאא