LYRIC

DI TORAH UN DI FOLKER- Avraham Fried- Written by R’ Yom Tov Ehrlich Z”L- Yiddish Gems Vol. 1

AD LIB:
מיטן הילף פון באשעפער ווילן מיר דא ריידן
,און דערציילן פון יענע פריידן
פרייטס אייך אלע טאנצט און קוועלט
עס קומט די תורה אוף דער וועלט

דער באשעפער פון דער וועלט‫,‬ דער גרויסער בורא
,זוכט א חתן פאר זיין טאכטער‫,‬ די הייליגע תורה
פרייטס אייך אלע טאנצט און קוועלט
אלע פעלקער פון דער וועלט

דער באשעפער פרעגט ביי די פעלקער אלע
?ווער וויל די תורה פאר א כלה
די פעלקער פרעגן וואס און ווען
מען וויל נישט הערן מען וויל נישט זען

,און פארוואס און פאר ווען
:לאמיר זען וואס איז געשען

RHYTHM:
איז דער מלאך מיט די תורה פון הימל אראפ
Europe גענומען פליען קיין
און קיין רוסלאנד געקומען איז ער
און געפרעגט צו א בעלן איז ווער

זאגט מען צו אים, כאראשא
?זאגט אונז וואס פאזשאלאסטא
זאגט זיי דער מלאך דעם ערשטן געבאט
אנוכי איך בין אייער ג-ט

זאגן זיי ניין‫,‬ האלט עס אליין
,איר ווייס נישט כאווער וואוהין צו גיין
מיר האבן געלערנט ביי די טאטעס אליין
אזוי ווי ביי אונז איז שיין

ניין, ניין‫,‬ האלט עס אליין
,מיר האבן אן אנדער מיין
אפשר פראוווט קיין דייטשלאנד גיין
אפשר וועט מען אייך פארשטיין

איז דער מלאך געפלויגן גלייך אהין
,און איז געקומען קיין בערלין
און די דייטשן די תורה ווייזט ער
און פרעגט צו א בעלן איז ווער

זאגן זיי‫,‬ מיר זיינען גרייט
…?זאגן זי דער ווארהייט וואס דארט שטייט
AD LIB:
זאגט זיי דער מלאך לא תרצח
טויטן איז נישט קיין שיינע זאך

RHYTHM:
זאגן זיי ניין‫,‬ האלט עס אליין
,איר ווייסט נישט מיין הער וואוהין צו גיין
מיר האבן געלערנט ביים פאטער אליין
אז טויטן דערף מען וואס מיין

ניין, ניין‫,‬ האלט עס אליין
,מיר האבן אן אנדער מיין
פילייכט פרובירן זי קיין פראנקרייך גיין
פילייכט וועלן זיי עס פארשטיין

איז דער מלאך געפלויגן ווייטער ביז
,ער איז געקומען קיין פאריז
די פראנצויזן די תורה ווייזט ער
און פרעגט צו א בעלן איז ווער

זאגן זיי סיל וואו פליי
,…זאגט אונז וואס און ווי אזוי
AD LIB:
גיט זיי דער מלאך צו פארשטיין
דער פאמיליע לעבן דארף זיין ריין

RHYTHM:
זאגן זיי ניין‫,‬ האלט עס אליין
,איר ווייסט נישט מיסיאר וואוהין צו גיין
מיר האבן געלערנט ביי די טאטעס אליין
אזוי ווי ביי אונז איז שיין

ניין, ניין‫,‬ האלט עס אליין
,מיר האבן אן אנדער מיין
אפשר פראוווט קיין ענגלאנד גיין
אפשר וועט מען אייך פארשטיין

איז דער מלאך געפלויגן ווייטער אין וועג
,קומט קיין לאנדאן אויפן ברעג
און די ענגלאנדער די תורה ווייזט ער
און פרעגט צו א בעלן איז ווער

Thank You Sir זאגן זיי‫,‬
,…ווייזט נאר איין געזעץ אהער
AD LIB:
זאגט זיי דער מלאך לא תחמוד
איר זאלט נישט גלוסטן וואס יענער האט

RHYTHM:
זאגן זיי ניין‫,‬ האלט עס אליין
,איר ווייסט נישט מיסטער וואוהין צו גיין
מיר האבן געלערנט ביי די טאטעס אליין
…אז גלוסטן דארף מען וואס מיין

ניין, ניין‫,‬ האלט עס אליין
,מיר האבן אן אנדער מיין
אפשר פראוווט קיין אמעריקע גיין
אפשר וועט מען אייך פארשטיין

איז דער מלאך געפלויגן ווייטער מיט זארג
,און איז געקומען קיין ניו יארק
די אמעריקאנער די תורה ווייזט ער
און פרעגט צו א בעלן איז ווער

Thank You Fine זאגן זיי‫,‬
?…וואס פאר א ביזנעס, וואס פאר א ליין
AD LIB:
…זאגט זיי דער מלאך, הערט מיט קאפ
כבוד טאטע מאמע גיט אפ

RHYTHM:
זאגן זיי ניין‫,‬ האלט עס אליין
,מיר גיבן אפ כבוד נאר דער יוגנט אליין
פאר די עלטערע גענוג איז פאר זיי
Mother’s Day דער יום טוב

ניין, ניין‫,‬ האלט עס אליין
,מיר האבן אן אנדער מיין
אפשר פראוווט צו די אראבער גיין
אפשר וועט מען אייך פארשטיין

איז דער מלאך געפלויגן און געבליבן שטיין
,אין אזיע אין עבר הירדן
די אראבער די תורה ווייזט ער
און פרעגט צו א בעלן איז ווער

זאגן זיי‫,‬ גוט מאפסוט
,…ווייזט נאר פריער וואס מען טוט
AD LIB:
זאגט זיי דער מלאך לא תגנוב
נישט גנב’ע און נישט בלאף

RHYTHM:
זאגן זיי ניין‫,‬ האלט עס אליין
,איר ווייסט נישט כאוואדזשא וואוהין צו גיין
מיר האבן געלערנט ביי די טאטעס אליין
…אז גנב’ענען דארף מען וואס מיין

ניין ניין ניין‫,‬ האלט עס אליין
,מיר האבן אן אנדער מיין
אפשר פראוווט צו די אידן גיין
אפשר וועט מען אייך פארשטיין

אינמיטן וועג דער מלאך שטייט
,זעט ער א איד‫,‬ א משולח גייט
דער טלית קטן לאנג און ברייט
האט ער זיך דערפרייט

די תורה האט ער אים דערלאנגט
,און דער משולח האט באדאנקט
ווארט נאר‫,‬ זאגט ער‫,‬ איילט זיך ניט
איך גיב אייך א רעסיט

קיין גלייכע פארל האט איר נישט
,ווי די תורה מיט דעם איד
ביידע זיינען די בעסטע פריינד
…ווייל מען האט זיי ביידן פיינט

אין איין בורא גלויבט דער איד
,און קיין שלעכטץ טאן קאן ער נישט
און כבוד טאטע מאמע גיט
…און דעם הייליגן שבת היט

ווי דער מלאך האט עס דערהערט
,האט ער זיך צוריקגעקערט
און געזאגט אויפן הימל דארט
!!!אז די תורה איז אויף’ן בעסטן ארט

,די תורה איז די בעסטע סחורה
!די תורה איז דאך איי די בעסטע סחורה