LYRIC

SHABBOS KODESH (Yiddish)- Avraham Fried- Composed By R’ Yom Tov Ehrlich Z”L- Yiddish Gems Vol. 1

שבת קודש, שבת קודש
גרייטן זיך אידן צום שבת קודש
שטארק צופרידן מיט שבת קודש
יעדער איינער וויל זיין הייליג און דעם שבת קודש
.יעדער איינער וויל א חלק אין דעם שבת קודש

די תנאים, די אמוראים
הנה מה טוב ומה נעים
עפעס טאן פארן שבת קודש
וואס מען קאן פארן שבת קודש
דער גאנצער כח
דער גאנצער מח
.שבת, שבת

ר׳ הונא צינדט ליכט, לכבוד שבת
רבא זאלצט פיש, לכבוד שבת
ר׳ חסדא בראקט קרויט
ר׳ זירא מאכט פייער
.ר׳ נחמן טראגט וואסער לכבוד שבת

רב ספרא מאכט ריין א קאפ פון א בהמה
אלץ לכבוד שבת
און מיט אהבה און מיט אימה
.אלץ לכבוד שבת

שבת קודש, שבת קודש
גרייטן זיך אידן צום שבת קודש
שטארק צופרידן מיט שבת קודש
יעדער איינער וויל זיין הייליג און דעם שבת קודש
.יעדער איינער וויל א חלק אין דעם שבת קודש

א גרויסע זכיה, אן עליה
יעדער איד מיט זיין יגיעה
עפעס טאן פארן שבת קודש
וואס מען קאן פארן שבת קודש
וואס מער לויפן
וואס מער קויפן
.שבת, שבת

די ליכט אנגרייטן, לכבוד שבת
פוצן קנייטן, לכבוד שבת
אלץ בעדארפן, די שפינוועבס ווארפן
.די מעסערס שארפן, לכבוד שבת

נאר עס זאל פאר אלעמען טויגן
אלץ לכבוד שבת
נישט שטיין די בעל-הבית׳טע פאר די אויגן
.אלץ לכבוד שבת

א גרויסע זכיה, אן עליה
יעדער בעל-הבית׳טע מיט איר יגיעה
עפעס צו טאן פארן שבת קודש
וואס מען קאן פארן שבת קודש
וואס מער מיען
וואס מער ציען
.שבת, שבת

באקן חלות, לכבוד שבת
עסנס אלע, לכבוד שבת
אליין געבראטן אליין געקנאטן
.איז פיל מער געראטן, לכבוד שבת

ס׳איז גאר אן אנדער פארגעניגן
אליין לכבוד שבת
און א רעסעפי ס׳איז גרינג צו קריגן
.אלץ לכבוד שבת