LYRIC

KOL NIDREI (Yiddish)- Avraham Fried- Composed By R’ Yom Tov Ehrlich Z”L- Yiddish Gems, Vol 1
(Originally Recorded By R’ Yom Tov Ehrlich- Teshuva)

די זון איז פארגאנגען אראפ אין א פלאם
אויף כוואליעס די שטראלן צעגאסן
עס פארט א געפאנצטערע שיף אויפן ים
מיט רוסישע קריגס מאטעראסן
דער שיפס קאפיטן שטייט ביים שפיץ אויפן דעק
און האלט א לארנעטע א קליינע
און פלוצלינג דערזעט ער א הערליכן ברעג
.און אויף אים א שטאט גאר א שיינע

אדעס הייס די שטאט
אירע לאמפן ביים פארט
גלאנצן ווי דיימאנדס פון וויטן
און פלוצלינג דערהערט ער א ניגון פון דארט
.פון אלטע פארגעסענע צייטן

עס דערמאנט אים דער ניגון
זכרונות אסאך
פון יארן מיט פיל פארגעניגן
נישט בעטאווען, מאצארט
נישט וואגנער, נישט באך
.ס’איז עפעס אן אנדער מין ניגון

עס ציט אים דער ניגון
אין שטאט אריין דארט
ער קען זיך קיין ארט נישט געפינען
ער בינדט אפ א שיפל און פארט צו צום פארט
.און לויפט אויפן ברעג ווי אן זינען

ער לויפט אין די גאסן
אריין און ארויס
דער ניגון ווערט שטארקער און קלערער
און וואס מער ער הערט עס
זיין הארץ גייט אים אויס
.די בענקשאפט ווערט שטארקער און שווערער

עס ציט אים דער ניגון ארויס פון דער שטאט
ביי פינסטערע הויכע פאבריקן
און אין א קליינינקער געסל עס האט
.זיך אויפגעהערט הערן דער ניגון

און פלוצלינג דערזעט ער עס גייט ביי א וואנט
אן אלטיטשקע פרוי איינגעבויגן
א קליינינקע פעקעלע אונטערן האנט
.א טיכל אריבער די אויגן

מוטערל, זאגט ער, א ניגון איך הער
און איך קען מיר ארט נישט געפינען
עס ציט מיר די הארץ און עס בענקט זיך אהער
.איך פיל אז איך ריר זיך פון זינען

זאגט אים די אלטע, דיין פנים זאגט אויס
אז דו ביסט א איד און דעריבער
איז ביי דיר היינט דאך די בענקעניש גרויס
ווייל היינט איז די נאכט פון יום כיפור.

די נאכט פון יום כיפור, גיט ער א געשריי
איך זע מיינע קינדערשע יארן
און דאס איז דער ניגון דאך פון כל נדרי
.עס לעבט ביי מיר אלץ אין זכרון

א דאנק, זאגט די אלטע, דער וואס האט דיר געשיקט
פונקט אין דער צייט העלפט ער תמיד
מען האט ביי אונז אלע בעלי-תפילות פארשיקט
.נישטא ווער זאל צוגיין צום עמוד

ער קומט אין א הויפל פארשטעקט מיט פיר ווענט
נאס דורכגעווייקטע פון טרערן
עס שטייען פיל מענטשן ער קוקט און דערקענט
.פיל הויכע ארמיי אפיצערן

אין קליינינקע שולכ’ל עס ברענען פיל ליכט
א טלית ט’מען אים צוגעטראגן
ער דריקט צו צום סידור זיין בלאסן געזיכט
:און הויבט אן צו זאגן
בישיבה של מעלה ובישיבה של מטה
אנו מתירין להתפלל עם העבריינים
און פון זיינע אויגן א טרער נאך א טרער
.עס פאלן אריבער זיין פנים

אין דערויסן צו שפרייט ליגט א פינסטערע נאכט
א רעגנד’ל הויבט אן צו פאלן
אומזיסט שטייט די שיף אין ים און זי ווארט
אומזיסט שיקט זי אירע סיגנאלן
דער שיין פון פראדזשעקטארס עס זוכט אויפן ברעג
עס זוכט אויך צווישן די שטערן
דער שיפס קאפיטן איז פיל העכער אוועק
.און וועט זיך קיינמאל נישט אומקערן

ער שטייט ביי דער עמוד געבויגן די קאפ
און קען נישט איינהאלטן די טרערן
ביים זייט שטייט דעם טאטע פון הימל אראפ
.געקומען קול נדרי צו הערן

נאר ווער קען דען זאגן אז די הארץ איז פול
און שיר וואס עס פלאצט נישט דער מח
ער גיט זיך א דריי אויס פון עמוד צום שול
.און הויבט אן צו שרייען מיט כח

מענטשן, צי ווייסט איר וואס איז געשען דא
שרעקליכע הייליגע זאכן
צו נעמען א מענטשן אין איין האלבע שעה
.און אזוי גליקלעך צו מאכן

אידן, איך האב היינט געפונען מיין גליק
מען האט מיר פון זומפ אויפגעהויבן
א ניגון געזוכט און געפונען צוריק
.מיין אלטן פארלוירענעם געלויבן