LYRIC

TAYERE BRIDER (A.K.A. Holy Brothers)- Yehuda Green- Chabad, Additional Lyrics By Lipa Schmeltzer & Yehuda Green- Peace In My Heart

טייערע אידן, טייערע ברידער
מען טאר זיך נישט מייאש זיין
ס׳קומט שוין די זון אויפשיין
.מען טאר זיך נישט מייאש זיין

און אז עס וועט קומען שווערע צייטען
טאר מען נישט ווערען מיד
שטארקט אייך מיין טייערער איד
.און זינגט מיט מיר דעם ליד

אז איר וועט זינגן מיט מיר אין איינעם
רבונו של עולם קוק
מיר ווארטען אויף דעם טאג
.אוף דיין וואלקען אונז טראג

און מיר זינגען צו דיר טאטע מיר זיינען נישט צובראכן ניין
גיב אונז כח צו גיין
.ווייל מיר זינגען צו דיר אליין

ווען מיר זיצען דא צוזאמען אלע טייערע פריינד
ווי איין נשמה איר זיינט
.און די ישועה קומט נאך היינט

זיסע ברודער לאמיר זיך שטארקען
זיך נישט מייאש זיין
די ישעה קומט נאך היינט
.מען טאר זיך נישט מייאש זיין

זיסע ברודער לאמיר זיך שטארקען
זיך נישט מייאש זיין
און אז עס וועט קומען שווערע צייטען
.זאל מען א טאנצעלע געבן

טייערע ברידער הארציגע ברידער
מען טאר זיך נישט מייאש זיין
.די ישועה קומט נאך היינט

טייערע ברידער הארציגע ברודער
ווען וועלן מיר זיך ווייטער זעהן
,ווען וועלן מיר זיך ווידער זעהן
אז גאט וועט געבן
געזונט און לעבן
.וועלן מיר זיך ווייטער זעהן

Dear brothers, dear brothers,
When will I see you again?
When will I see you again?
If Hashem will give us
Good life and good health,
We’ll see each other again.