LYRIC

YIDDISHE KINDER- Sruli Williger- Composed by Yerachmiel Begun, Lyrics by R’ Ephraim Wachsman- The Voice of a New Generation

AD LIB OPENING:
ונתנה תוקף
,קדשת היום
כי הוא נורא
,ואיום
ובו תנשא מלכותך
ויכון, בחסד
,אוי כסאך
אוי ותשב
אוי ותשב עליו
עליו באמת

VERSE 1:
א פחד הערשט אין שול
די הערצער זענען פוהל
,דער בורא זאל די תפילות הערן
יעדער איינער מיט זיין זארגן
וואס וועט עם ברענגען די מארגן
קוים מען זעהט די מחזור דורך די טרערן

ונתנה תוקף, יעדער פארריכט זיין וועג
,אוי באשעפער דו ווייסט דאך ווי איך האלט
ס’איז א רעש און א טומל אויבן אין הימל
דער בית דין גייט פסק׳נען באלד

CHORUS 1:
אידישער קינדער, טראכט נאר אריין
,דער באשעפער וויל אונזער תשובה מקבל זיין
לויפט מיט אן אמת און ווארפט זיך נאר אויף עם
ווייל נאר א טאטע קען פארשטיין

עפן אויף א קליינער טיר
,זיי נאר מקבל און נעמט זיך אפיר
און ווען די הארץ הייבט אן צו קלעמען
טוט ער אלע תפילות אננעמע

AD LIB INTERLUDE:
ומלאכים יחפזון
,וחיל ורעדה יאחזון
ויאמרו הנה יום הדין
אוי יוי יוי
,אוי יוי יוי
אוי יוי לפקוד
על צבא מרום בדין

VERSE 2:
מען קלערט און מען טראכט
ווי מען האט דער יאר פארבראכט
,און ווידער הנה יום הדין בא
זעה מיינע טרערן
איך וויל באמת בעסער ווערן
אנא סלח ומחל נא

ווי שעפעלעך אין פעלד
ביים פאסטעך אוסגעשטעלט
,גייט מען אדורך איינער איינער
יעדער ריר און באגריף
א משפט אזו טיף
מאכט מיין נשמה א ריינער

CHORUS 2:
אידישער קינדער, טראכט נאר אריין
,דער באשעפער וויל אוזער תשובה מקבל זיין
לויפט מיט אן אמת און ווארפט זיך נאר אויף עם
ווייל נאר א טאטע קען פארשטיין

כבקרת רועה עדרו
,מעביר צאנו תחת שבטו
און פאר אמת׳ע תשובה וועט ער אלעס מוחל זיין
אידישער קינדער, טראכט אריין

AD LIB ENDING:
ונאמר
כי ביום הזה
,יכפר עליכם
אטהר אתכם
מכל חטאתיכם
לפני ה’ טטהרו