LYRIC
SHELO OSANI GOY- Sung & Composed by Lipa Schmeltzer- A Poshiter Yid
אכט טאג ביים ברית ווי שיין און פּרעכטיג
א קליינע זיסע איד
די ערשטע מצוה עס מאכט אים לעכטיג
,ווייל יעצט איז ער א איד
ביי דריי יאר די פּאות די האניג אפּלעקן
און אויסזען ווי א איד
לויפן אין חדר אויך אָן א שטעקן
.כ’האב ליב צו זיין א איד
די טאטע אין ארבעט צווישן ערלים
פירט זיך ווי א איד
פארברענגט נישט די צייט מיט דברים בּטלים
,ס’פּאסט נישט פאר א איד
די מאמע ביים קאכן זי הערט נישט אויף טראכטן
מיין קינד וואקסט אויף א איד
די שוועסטער’ס און ברידער’ס אין אידישקייט לייכטן
.אוי ווי גוט צו זיין א איד
CHORUS:
שלא, שלא, עשני גוי
זאגט א יעדער איד אזוי
שלא, שלא, עשני גוי
,זינגט א יעדער איד אזוי
אפילו ווען ס’איז שווער
די תורה דאך מ’היט
אלץ אזוי זאגט ער
“איך בין שטאלץ צו זיין א איד!”
Shelo Shelo, Asani Goy
Yes we say it full of joy
Shelo Shelo, Asani Goy
Yes we sing it full of joy
Although sometimes its tough
The Mitzvos we all do
Witnessed by the one above
I’m so proud to be a Jew.
גלייך אינדערפרי ביפאר א תפלה נשגבה
אין סידור קוקט א איד
און איז זיך מצמצם די גאנצע מחשבה
,צום בורא שרייט א איד
אויסדערוועלט פון צווישן די גוים
געאיינציגט איז דער איד
והבדלנו מן התועים
.אוי ווי שיין איז נאר דער איד
יעדע מצוה און מנהג אזוי לייטיש
פיל כוונות האט דער איד
מ’רעדט צום לבנה ס’זעהט אויס פאנאטיש
,צום הבדלה וואונקט א איד
אבער מיר אידן מיר ווייסן דאך זעכער
וואס מאָנט מען פון א איד
אין יעדע פּעולה איז דא עפּעס העכער
.וואס שפּירן קען נאר א איד
CHORUS:
שלא, שלא, עשני גוי
זאגט א יעדער איד אזוי
שלא, שלא, עשני גוי
זינגט א יעדער איד אזוי
אפילו ווען ס’איז שווער
די תורה דאך מ’היט
אלץ אזוי זאגט ער
“!איך בין שטאלץ צו זיין א איד”
Shelo Shelo, Asani Goy
Yes, we say it full of joy
Shelo Shelo, Asani Goy
Yes, we sing it full of joy,
Although sometimes its tough
The Mitzvos we all do
Witnessed by the one above
I’m so proud to be a Jew!
…אוי וויי גוט צו זיין א איד