LYRIC

AL TIS’HALEL- Sung & Composed by Lipa Schmeltzer- A Poshiter Yid

VERSE 1:
אוי ווען איך קען זיך שפארן
און צוריקברענגען יארן
וואס איז פון מיר פארפארן
,אנטלאפן פון אונטער מיין האנט
וואלט איך נישט ליידיג געזיצן
נאר די צייט מער אויסנוצן
סיי אין קעלט סיי אין היצן
אויב איך האב נאר די שכל פון היינט

פיל מאל קלער איך מיט נייגער
אז אויב ס’וואלט נאר געווען אזא שטייגער
אז א מענטש קען צוריקדרייען דעם זייגער
,וואס וואלט מען דעמאלטס געטוהן
דאן וועק איך אויף מיין זכרון
די זייגער עס ווארט נישט איך ווארן
כאפ נאך דאס ביסעלע יארן
נאר געב עס נישט ליידיג אהין

CHORUS 1:
אל תתהלל ביום מחר
,א בעיבי, א קינד, א אינגעלע, א בחור
כי לא כי לא תדע
א יונגערמאן טאטע און זיידע
מה יולד יום

VERSE 2:
עמיצער זונטאג וויל מאנטאג
פארן ערגעצוואו דינסטאג
געזעהן מיטוואך ס’קומט דאך שוין דאנערשטאג
,פון פרייטאג אויף שבת מ’בלייבט
וואו בין איך אלץ אפגעזעסן
דערנאך מיין געזונט זיך געגעסן
הלוואי זאל מען אלעס פארגעסן
אזוי שנעל ווי די צייט אונז פארטרייבט

אויפמאכן א טיר נאך א ריגל
אנהייבן פון פריש מ’איז מסוגל
ווער קען דען קוקן אין שפיגל
,און זאגן ביי מיר איז אלעס רעכט
מען געבט אונז א וועג נישט א שלעכטן
צו מאכן א בעסערע נעכטן
מ’הייבט פון פריש צו פארעכטן
איז שענער די טעג און די נעכט

CHORUS 2:
אל תתהלל ביום מחר
,אל תתהלל ביום מחר
א קליין קינד, א מיידל, א כלה
א יונג ווייבל, באבע און מאמע
מה יולד יום

אל תתהלל ביום מחר
,אל תתהלל ביום מחר
כי לא כי לא תדע
כי לא כי לא תדע
מה יולד יום

בן חמש שנים למקרא
בן עשר שנים למשנה
בן שלש עשרה למצוות
בן חמש עשרה לגמרא
,בן שמונה עשרה לחופה
בן עשרים לרדוף
בן שלושים לכח
בן ארבעים לבינה
,בן חמישים לעצה
בן ששים לזקנה
בן שבעים לשיבה
בן שמונים לגבורה
און אריכת ימים

צוזאמען זאלן מיר אנטקעגן משיח צדקנו
,במהרה בימינו
אל תאמר לכשאפנה אשנה