LYRIC

YENER- Lipa Schmeltzer- Composed by Motty Ilowitz- A Poshiter Yid

אינדערהיים און ביי שמחות, און וואו נאר עטץ קענט’ס
מאכט מען נאך יענעם כאטש עס מאכט נישט קיין סענס
צו לעבן פאר זיך ווער וויל היינט נעמען א טשענס
ווי טו איך אזוי ווען יעדער איינער טוט יענץ

הע, שכנים און פריינט, פאמיליע געוויס
און פאר זיי אלע זיך געפעלן מ’מוז
עמך אידן, שיינע אידן, מיט די פּראבלעם
פּארטייען און מוסדות, ליידער ליידט א יעדער פון דעם

CHORUS:
וואס איז שענער, אוי וואס זאגט יענער
דו, הער אויף, הייב אָן לעבן פאר זיך
יענעם’ס דעה לאז גיין, פרעג דיר אליין
.ווער בין איך, ווער בין איך, ווער בין איך
וואס איז שענער, אוי וואס זאגט יענער
דו, הער אויף, הייב אָן לעבן פאר זיך
יענעם’ס דעה לאז גיין, פרעג דיר אליין
?ווער בין איך, ווער בין איך, ווער בין איך
?!!!ווער בין איך

?וואס זאל איך קויפן? וועלכע סטייל
(Wow, Looks good) אז יעדער זאל מיך שענקען א סמייל
היט, געלעזער, שיך, מ’זאגט אז ס’איז זיס
ס’איז שווער פאר די אויגן, ס’וועגט די קאפּ, ס’דריקט אוף די פיס

ווער איז דער יענער, איך זוך אים שוין לאנג
וואס יעדער איינער לויפט אים נאך אין א גאנג
פון וואו קומט דער סיסטעם? ס’גייט אָן א גבול
פירן דאס לעבן פינקטליך וויאזוי יענער וויל

CHORUS:
ווער איז יענער, ביי פרויען מענער
(?וואס איז קובע אלס וואס טוט זיך ביי מיר (האסט געהערט? האסט געזען
יענעם’ס דעה לאז גיין, פרעג דיר אליין
.וואס קען איך, וואס טוה איך, וואס וויל איך
וואו איז יענער, וואס אויפטוהן קען ער
אז יעדער זאל לעבן פאר זיך
און זאל יעדער פארשטיין, פאר זיך אליין
ווער בין איך, ווער בין, ווער בין איך

פאר יענעם טוט מען נאר דאס
נאכלויפן די מאדעס
און פארדעם איך האב עס
געשריבן אין מיין לאדעס
זיך אפּלערנען איך לאז דאס
(!!!אויסזינגען פארדעם איך טוה עס (יא?… יא

יעצט ענדיג איך די שיחה
הייבט אָן א מלוכה
מאכט א נייע פּתיחה
א לעבן במנוחה
שאל, שאל אביך
טראכט נישט מער מה יאמרו הבריות

…איי

CHORUS:
איי וואס איז שענער, איי וואס זאגט יענער
הער שוין אויף הייב אָן לעבן פאר זיך
לעב שוין אליין פאר זיך אליין
?ווער ביסטו? ווער בין איך? ווער ביסטו

יא ס’איז שענער ווען אויכעט יענער
הייבט אָן ענדליך צו לעבן פאר זיך
יענעם’ס דעה לאז גיין פרעג דיר אליין
?ווער בין איך? ווער בין איך? ווער בין איך
?ווער ביסטו