LYRIC

MEIN KIND- Yisroel Adler- Composed by Pinky Weber, Lyrics by Yisroel Adler- Oirois

איך האב געווארט
אזא לאנגע צייט געווארט
געהאלטען אפען פאר דיר מיין טיר
און איך ווארט נאך אלץ פאר דיר
ווען וועסטו צוריק קומען צו מיר

איך ווארט און ווארט
מיין טיר איז קיינמאל נישט פארשפארט
איך ווארט און איך ווארט עד מתי
ווען וועסטו שוין הערן מיין געשריי
מיט פיל געגועים
פאר מיין ילד שעשועים

מיין קינד מיין קינד
איך בענק דיר איך בענק דיר אצינד
מיין קינד מיין קינד
קום נענטער קום נענטער צו מיר

מיין קינד מיין קינד
צווישען אונז איז א אייביגע בונד
שובו שובו אלי
ואשובה אליכם

איך האב געווארט
אזא לאנגע צייט געווארט
געהאלטען אפען פאר דיר מיין טיר
און איך ווארט נאך אלץ פאר דיר
ווען וועסטו צוריק קומען צו מיר

מיין קינד מיין קינד
איך בענק דיר איך בענק דיר אצינד
מיין קינד מיין קינד
קום נענטער קום נענטער צו מיר

מיין קינד מיין קינד
צווישען אונז איז א אייביגע בונד
שובו שובו אלי
ואשובה אליכם

כל זמן דיין לעכטעלע ברענט מיין קינד ישראל
איך וואנדער און איך ווינדער
ווען וועט שוין קומען דאס מאל
קול דודי דופק דודי דופק פתחו לי
מיין טיר איז אייביג אפען פאר דיר

מיין קינד מיין קינד
איך בענק דיר איך בענק דיר אצינד
מיין קינד מיין קינד
קום נענטער קום נענטער צו מיר

מיין קינד מיין קינד
צווישען אונז איז א אייביגע בונד
שובו שובו אלי
ואשובה אליכם

עד יום מותו תחכה לו
…אם ישוב מיד תקבלו