LYRIC

YAHRTZEIT LICHT- Chazan Yossele Rosenblatt- Yiddishe Lieder

.יתגדל, ויתקדש, שמיה רבא
אוי, יאהרצייט ליכט
אין א ווינקעל אליין
מיר ברענען דיר היינט, מיט הייסען געבעט
דיין פלאם זאל באלייכטען, פערגעסענע טעג
.זאל גיסען א שיין, אויף דעם דונקעלן וועג
צו געפינען א הארץ, אין א הארץ וואס אמאל
האט געלעבט, און האט געזאגט
.יתגדל, יתגדל
אוי, יאהרצייט ליכט
אין א ווינקעל אליין
דו זאלסט אונז דערמאנען, ווי נישטיג מיר זיינען
.דערמאנען דאס הארץ מיט א ברענענדער פלאם
צו געדענקען א נאהנטער, הייליגער שטאם
צו וויינען צו קלאגען
אין ליכט פון דיין שטראל
מיט ביטערע טרערן
.יתגדל יתגדל
אוי, יאהרצייט ליכט
פערטרויערט פערטראכט
וועסטו אמאל ברענען
פאר מיר ווען א נאכט
.יתגדל ויקדש שמיה רבא
…יעצטיגע שעה
…זאל קלינגען דיין קדיש
זאל קלינגען דיין קדיש, יתגדל
.יתגדל, ויתקדש שמיה רבא