LYRIC

SUDENYU (VOS VET ZAIN)- Chazzan Yossele Rosenblatt- Yiddishe Lieder

…זאג שוין רביניו
?וואס וועט זיין, אז משיח וועט קומען
אז משיח וועט קומען
.וועלן מיר מאכן א סעודהניו

?וואס וועלן מיר עסן אויף דער סעודהניו
.דעם שור הבר מיטן לויתן
דעם שור הבר מיטן לויתן וועלן מיר עסן
.אויף דער סעודהניו

?וואס וועלן מיר טרינקען אויף דער סעודהניו
.דעם יין המשומר
דעם יין המשומר וועלן מיר טרינקען
דעם שור הבר מיטן לויתן וועלן מיר עסן
.אויף דער סעודהניו

?ווער וועט אונדז תורה זאגן אויף דער סעודהניו
.משה רבנו
משה רבנו וועט אונדז תורה זאגן
דעם יין המשומר וועלן מיר טרינקען
דעם שור הבר מיטן לויתן וועלן מיר עסן
.אויף דער סעודהניו

?ווער וועט אונדז שפילן אויף דער סעודהניו
.דוד המלך
דוד המלך וועט אונדז שפילן
משה רבנו וועט אונדז תורה זאגן
דעם יין המשומר וועלן מיר טרינקען
דעם שור הבר מיטן לויתן וועלן מיר עסן
.אויף דער סעודהניו

?ווער וועט אונדז חכמה זאגן אויף דער סעודהניו
.שלמה המלך
שלמה המלך וועט אונדז חכמה זאגן
דוד המלך וועט אונדז שפילן
משה רבנו וועט אונדז תורה זאגן
דעם יין המשומר וועלן מיר טרינקען
דעם שור הבור מיטן לויתן וועלן מיר עסן
.אויף דער סעודהניו

?ווער וועט אונדז טאנצן אויף דער סעודהניו
.מרים הנביאה
מרים הנביאה וועט אונדז טאנצן
שלמה המלך וועט אונדז חכמה זאגן
דוד המלך וועט אונדז שפילן
משה רבנו וועט אונדז תורה זאגן
דעם יין המשומר וועט מיר טרינקען
דעם שור הבר מיטן לויתן וועלן מיר עסן
.אויף דער סעודהניו