LYRIC

VOS IS NEIAS- Sung & Composed By Lipa Schmeltzer- Baderech

אין אלע מיינע וועגן
ווען זיי קומען מיר אנטקעגן
די שאלה מיך זיי פלעגן
…אייביג צו פרעגן
?ליפא וואס איז נייעס

CHORUS:
וואס איז נייעס, וואס הערט זיך
וואס איז נייעס
וואס איז נייעס, וואס טוט זיך
וואס איז נייעס
דערצייל עפעס, זאג עפעס נייעס
וואס איז נייעס
…איך האב יעצט געהערט האסטו געהערט די נייעס
וואס איז נייעס
וואס איז נייעס

די מידיא דערציילט
פאר יעדעם מיטטיילט
עס לעבט זיך גוטמוטיג
פיל מיט פאליטיק
אויף יעדעם איינעם אנדערע קריטיק

ווער איז פארצערט
וועם האט מען פארשפארט
ער געגאנגען דער געקומען
פאר וועם זאל מען שטימען
יעדער איז מיט נייעס פארנומען

די וועלטליכע דעות
פול מיט גאות
גיי פארשטיי-עס
הוילע פוסטע נייעס
אונזער נייעס
רבא’ס אביי’ס
קשיות ראיות
גמרא און משניות
אויב מיר וועלן טוהן אונזער פליכט מיט חיות
וועלן מיר בקרוב הערן גאר גוטע נייעס

CHORUS:
וואס איז נייעס, וואס הערט זיך
וואס איז נייעס
וואס איז נייעס, וואס טוט זיך
וואס איז נייעס
דערצייל עפעס, זאג עפעס נייעס
וואס איז נייעס
איך האב יעצט געהערט האסטו געהערט די נייעס
וואס איז נייעס

ביי יודן מ’רעדט
ווי שיין זיין עס וועט
מוסדות בנינים
רעדנערס דרשנים
א יודישע שמחה לשדך הבנים

כסדר פרישע סחורה
שוהל’ן תלמוד תורה
די דינער ווי מאכט ער
די קרייזן באטראכט ער
א נייע רב וועט מען זיין מכתיר

יעדע שטיקל
יעדע ארטיקל
הכשר, איסור, היתר אדער עיקול
ביטער וויי איז
ווי א זית
יעדער בית
ווארט צו הערן גוטע נייעס
אויב מיר וועלט טוהן אונזער פליכט מיט חיות
וועלן מיר בקרוב הערן גאר גוטע נייעס

CHORUS:
וואס איז נייעס, וואס הערט זיך
וואס איז נייעס
וואס איז נייעס, וואס טוט זיך
וואס איז נייעס
דערצייל עפעס, זאג עפעס נייעס
וואס איז נייעס
איך האב יעצט געהערט האסטו געהערט די נייעס
וואס איז נייעס

א קול אין די גאס
די פעלקער מיט שפאס
וואס זענען די קולות
בתופים ובמחולות
די יודן זעהן מופתים גדולות
די דאגות צוגייט
די הארץ פיל מיט פרייד
אויף די ביזנעס לייגט מען שלעסער
די נייעס ווערט בעסער
דער קול השופר ווערט גרעסער און גרעסער

גוט א מחי’ איז
טאטע געטריי איז
גוט פאר זיי איז
ענדליך גוטע נייעס
קיינער וויילט זיך
אלעס איילט זיך
אלעס היילט זיך
פון דעם גלות טיילט זיך
ווייל איר האט געטוהן אייער פליכט מיט חיות
זענט איר שוין זוכה בקרוב צו הערן גוטע נייעס

CHORUS:
וואס איז נייעס, וואס הערט זיך
וואס איז נייעס
וואס איז נייעס, וואס טוט זיך
וואס איז נייעס
דערצייל עפעס, זאג עפעס נייעס
וואס איז נייעס
איך האב יעצט געהערט האסטו געהערט די נייעס
וואס איז נייעס