LYRIC

CHOFETZ CHAIM- Lipa Schmeltzer- Baderech

רפאל בן עטיל
ביים עמוד א צעטל
ביים דאווענען צו האבן אינזין
דער חפץ חיים ביים בעטל
לערנט זיין פשעטל
א רפואה וועט קומען דערפון

די מחלה נאך היילט נישט
און דאך מ’פארציילט נישט
מ’וויל נישט די מאמע זאל ליידן
נישט מאכן איר ביטער
נאר זאגן די מוטער
ווען ס’איז שוין א רפואה אין פריידן

אוי אנא… אוי אנא… שמע את תחינתי
אוי אנא… אוי אנא… שמע את תחינתי
שיר המעלות אשא עיני אל ההרים מאין יבא עזרי

דער צדיק גייט שפּעטער
ביי די מאמע זיך בעט ער
(מאמע’ניו, איר דארפט מיר פארשטיין (זייט מיר מוחל
כ’האב געהאפט יעדע רגע
אז די מחלה, די נגע
זאל פון אים גיך אראפגיין

רבי, די תפילות
און אייערע פעולות
אויך די סגולות צוזאמען
די דאווענען פון ציבור
שטייגט מיר נישט איבער
ווי רופט מען נישט אן א מאמען

ווייל א מאמע זי בעט זיך אויס
ישועות, רפואות, געזונט
דער טאטע ער הערט אויס
די מאמע וואס בעט פאר איר קינד

אוי אידישע ברודער
עס פאלט שוין א מידער
וואס האט שוין מיט אונז אלס פאסירט
מיט קהילות און תפילות
פעולות און סגולות
מיר האבן שוין אלעס פראבירט

כאטש מ’איז פארשפארט נאך
די מאמע זי ווארט נאך
(צו ברענגן פאר אונז פיל השפעות (בעט פאר אונז
ער זאל אוועק נעמען
פּראבלעמען וואס קלעמען
בעטן מיר בזכות די אמהות

אוי אנא… אוי אנא… שמע את תחינתי
אוי אנא… אוי אנא… שמע את תחינתי
בזכות שרה, שרה ורבקה, רחל, רחל ולאה
בזכות שרה, שרה ורבקה, רחל, רחל ולאה
שרה ורבקה, רחל ולאה, אמותינו

Artists : Lipa Schmeltzer
Album : Baderech
Genres :3/4, Yiddish
Composer :Lipa Schmeltzer