LYRIC

UNSURE 9- R’ Yom Tov Ehrlich Z”L

ביי שלמה המלך איז א טאכטער געווען
אזא שעהנהייט האט די וועלט נישט געזעהן
און די שטערן זעהר האבען געזעהן אז איר מאן
וועט זיין דער גרעסטער ארימאן
שלמה המלך האט זיך בעטראכט
און אין מדבר א הויכן טורים געמאכט
און זיין טאכטער האט ער אין טורים געבראכט
און קיין ארויפגאנג צו איר נישט געמאכט
ביז די וואלקענס איז דער טורים הויך געוועזן
און אויבן איז זיין טאכטער געזעסן
און אנגעגרייט האט ער פיל עסן
און בעקוועמליכקייטן גאר אן א שיעור
און שלמה המלך האט געוואלט זעהן דעם וואונדער
ווי דער בעשעפער איז מזווג זיינע קינדער
וויאזוי וועט ער איר העלפן אצינדער
אז ס’יז ניטא קיין ארויפגאנג צו איר
די טאכטער פלעגט זיך זארגען
אין אלע פרימארגען
אויפן דאך פון דעם טורים ארויפגיין
און בעטן דעם בעשעפער מיט געוויין
טאטע געטרייער
דו ביזט מיר אזוי טייער
קיין זאך איז נישט שווער פאר דיר
ברענג מיין בעשערטן צו מיר
ווייט איבער ים’ן אן א ברעג
איז ביינאכט אויף א פינסטערן וועג
איז דער שחט’ערגעגאנגען געטריבן פון נויט
זוכען א שטיקעלע ברויט
און קאלט איז אינדרויסן געווען
קיין בעהעלטעניש האט ער נישט געזעהן
איז געלעגן א פעהל פון א בהמה אין וועג
און ער האט זיך מיט דעם צוגעדעקט
זיך ארומגעוויקעלט און זיך אויסגעצויגען
זיך דערווארעמט און צוגעמאכט די אויגען
און פון הימל איז אראפגעפלויגן
א פויגל גרויס און שווארץ ווי די נאכט
דעם ריח פון פעהל גענומען שמעקן
און אנגענומען פאר אלע פיר עקן
און אוועק אין די הימלישע וועגן
אויפן דאך פון דעם טורים געבראכט
האבען גענומען קלינגען די גלאקען
די פויגל האט זיך דערשראקען
געלאזט אויפן טורים די פעהל
און איז אוועקגעפלויגן שנעל
די טאכטער איז געקומען
און ריידן מיט אים גענומען
געזעהן ווי ער איז איידל פיין
דאס מוז איר בעשערטער זיין
די שומרים האבען דערהערט די גלאקן
זיי האבען זיך זעהר שטארק דעשראקען
געלאפען שלמה המלך אנצוזאגען
און ער האט זיך געפרייט דאן ביז גאר
מען האט דאן געבראכט צו אים ביידען
און ער האט גענומען מיט זיי ריידן
און געזאגט אז מען טאר זיי נישט שיידן
ווייל דאס איז די ריכטיגע פאר
געפרייט האבען זיך אלע
מיט’ן חתן מיט דער כלה
און א חתונה איז דאן געווען
וואס די וועלט האט עס נאכנישט געזעהן
און שלמה המלך
איז געוועזן זעהר פריילאך
און געמאכט האט ער א ברכה ביים טיש
ברוך הנותן אישה לאיש

Artists : Yom Tov Ehrlich
Album : No Information
Genres :Yiddish
Composer :Yom Tov Ehrlich