LYRIC
RECHILUS- Sung & Written by R’ Yom Tov Ehrlich Z”L- Shema Bni
פערל זאגט
אינדרויסן טאגט
שמערל פארמאגט
האט בערל דעריאגט
,שמערל געשוירן
די שערל פארלוירן
חי’ געטראפן
האט שמעי’ געשלאפן
האט ישעי’ געלאפן
די סטאר געווען אפן
.נישטא קיין קרים
צובראכן די סטים
האט דער חזן פארקילט די שטים
האט דער לויער גערעדט
ער זאל ליגן אין בעט
אויפ׳ן העט
פאר וועלכן חטא
א גאנצן סעט
,איז מיסטער גליק
מיט ראביי צוויק
געפארן אויפ׳ן בריק
איז געווארן א ליק
איז מען געפארן צוריק
א קאר אן אנטיק
צען דאלער א שטיק
האט פוילע שטיק
,איז געשטאנען אין די בלעטער
אן אייגענע פעטער
א פאררעטער
געקומען שפעטער
א גרויסער לעטער
פון צוואנציג מעטער
קוקט ער, זעהט ער
ס’איז דא א היתר
ווייל די קהילות
האבן א רגילות
נישט צו באצאלן די בעלי תפילות
אט דאס איז רכילות