LYRIC

REB YID- Ari Klein- Composed by Yossi Green, Lyrics by the Ribnitzer Rebbetzin A”H- Reb Yid

VERSE 1:
א וועלט אן א סדר
ווי לויפט מען פון דא אוועק
מיר לעבן צווישן ווילדע גויים
,ממש עס פאלט א שרעק
יושר’ס בכלל נישט דא
ס’ווערט טונקעלער יעדער שעה
ס’שרעקליך דער פחד איז גרויס

שמוציג איז רייניגקייט
זאגען די הפקר לייט
די טומאה לויפט ארום די גאסן
,א סכנה פאר יודישקייט
די וועלט איז אזוי געמיין
דער יודעלע שטייט אליין
ווי קריכט מען פון פעקל ארויס

CHORUS 1:
הער ר’ יוד – דו זיי פרייליך
פוהל מיט שמחה מיט בטחון
,ס’שוין די לעצטע שעה
הער ר’ יוד – ביזט א בן מלך
זינגט און טאנצט ווייל די ישועה’ס שוין דא
(x2)

!הער ר’ יוד

VERSE 2:
ארבעט איז קוים פארהאן
זאגט מיר א יונגערמאן
ס’קוים אביסל עסן דא
,פרנסה האט קיינער נישט
בעלי חובות זיי שטייען גרייט
ביידע הענט אויסגעשפרייט
ווער קען דען צאלן און צייט

שקר איז אמת׳דיג
קיינער נישט שעמעדיק
די פירער פון די וועלט די בלאפערס
,אלעס איז פאליטיק
שלום איז נאר א ווארט
אמת איז גארנישט דארט
די וועלט איז אינגאנצן פארדרייט

CHORUS 2:
הער ר’ יוד – דו זיי פרייליך
פוהל מיט שמחה מיט בטחון
,ס’שוין די לעצטע שעה
הער ר’ יוד – ביזט א בן מלך
זינגט און טאנצט ווייל די ישועה’ס שוין דא
(x2)

!הער ר’ יוד