LYRIC

DER TZEMECH TZEDEK- Michoel Schnitzler- Composed by David Kaufman, Theme by Shmuel Moskowitz, Lyrics by Leiby Moskowitz- Ah Nekidaleh

—————————————————————————-
חברה קומטס אלע נענטער, חברה קומטס אלע אהער דא
?דער צמח צדק האט אזוי געזאגט… נו, וואס האט ער געזאגט
—————————————————————————-
אמר רבי עקיבא, אמר אמר אמר
וואס זאגט רבי עקיבא, אמר אמר אמר
ואהבת לרעך לרעך כמוך
זה כלל גדול בתורה
—————————————————————————-
CHORUS:
חברים כל ישראל
יעדער אויפאמאל
דער צמח צדק האט אזוי פארשפראכן

ליבשאפט צו פארשפרייטן
א שמייכל פאר א צווייטן
די טויערן אויבן ווערן אויפגעבראכן
—————————————————————————-
ברודערס פון איין טאטן, זענען מיר געטריי
מיר זענען זיינע קינדער, בני חביבי
יעדער איד פארמאגט, א חלק אלקי
שטארק אים ווען עס טוט אים וויי
א קאמפלימענט טוט אויף, נאר ווען עס קומט פון הארץ
א שמייכל פאר א חבר, אויף דעם עטס אלע ווארטס
אויפלייכטן איינעמס טאג, ווען פאר אים איז טונקל שווארץ
אלע טויערן עטס אויפשפארטס
—————————————————————————
CHORUS:
חברים כל ישראל
יעדער אויפאמאל
דער צמח צדק האט אזוי פארשפראכן

ליבשאפט צו פארשפרייטן
א שמייכל פאר א צווייטן
די טויערן אויבן ווערן אויפגעבראכן
————————————————————–