LYRIC

A NEKIDELE- Michoel Schnitzler- Composed By Motty Ilowitz, Story By Michoel Schnitzler- A Nekidele

—————————————————-
אינמיטן זינגן ערגעץ וואו
אן איידל אידל קומט צו מיר צו
אויב מעג איך פרעגן צי איר זענט דער זינגער ר’ מיכאל

אן עלטערער זון האב איך געהאט
מ’טראגט אן ענדליך נאך א לאנגע צייט
א שיינעם שידוך פון ארץ ישראל

אויסצאלן ביידע זייטן דארף איך עס
אוי געוואלד פון וואו פארשאף איך עס
אזויפיל הוצאות אזא גרויסן אפצאל

ווער וועט דא זיין מיין רעטער
פונקט הער איך ווי דו פארציילסט עפעס א מעשה פון א פעטער
מיט א איד וואס איז געווען אין זעלבן מצב ווי מיר, אמאל
—————————————————-
מיר האבן דאך א טאטן, מיינע כוחות קען איך שפארן
איך דארף אים נישט צו זוכן, ווייל ער איז דא מיט מיר
ער האט מער פון פעטער, נא וואס פעלט מיר אויס צו פארן
לאמיר גיין אנקלאפן אויפ’ן טאטנ’ס טיר
—————————————————-
איך קום אהיים איך שריי
איך צאל אויס צדדים צוויי
אונז האב מיר אין הימל א קל חי
דיין מעשה האט געטון דעם שידוך און געברענגט שוין אייניקלעך דריי
—————————————————-
איי איי איי טייערער אידעלע
זוך אויף די נקודה’לע
א מעשה’לע, א לידעלע

טרעף די ווארט, וואס דו זעסט דארט
א חיזוק פאר דיר
חזר עס איין, אז דו זאלסט זיין
שטארק אויף יעדן ריר

אוי, טייערע אידעלע
כאפ אן איין נקודה’לע
פון א מעשה’לע, א לידעלע

טרעף דעם ווארט, וואס דו זעסט דארט
אן ענטפער פאר דיר
נעם עס אריין, אז דו זאלסט זיין
א גיבור ווי קיינמאל פריער
—————————————————-
א מאמע אָן רופט זי
מיט קרעכצן טיפע זיפצט זי
מיין קינד שוין אכט יאר אלט וואקט נאכנישט אליין
שלעפט זיך מיט שטעקענעס
ער שעמט זיך און אים אפשרעקן עס
אין חדר וויל ער בשום אין אופן נישט גיין

איין אינדערפרי איך הער קיין שום געוויין נישט
איך גלייב עס אליין נישט
איך זע ער שלעפט זיך צום באס, מיט א שמייכל אזוי שיין
איך וואונדער מיך, פון וואו נעמט ער פלוצלינג אזא ברען
איך בייג מיך צו און איך הער ווי ער זינגט זיך איך ווייס אז איך קען
אפילו ס’שווער, בין איך שטערקער ווי איך מיין
—————————————————-
דו קענסט וויל נאר וועסטו קענען
יא יא דו קענסט, וויל נאר שטארק און דו קענסט
—————————————————-
און זי זאגט: אין טעראפי ער קריכט אויפ’ן לייטער
יעדן טאג מיט א ברען אין חדר גייט ער
ער איז שוין בכלל נישט מער דערשראקן
מיכאל, דיין ניגון האט געמאכט מיין קינד זאל וועלן וואקן
—————————————————-
טייערער אידעלע
זוך אויף די נקודה’לע
פון א מעשה’לע, א לידעלע

טרעף די ווארט, וואס דו זעסט דארט
,א חיזוק פאר דיר
חזר’עס איין אז דו זאלסט זיין
שטארק אויף יעדן ריר

אוי, טייערע אידעלע
כאפ אן איין נקודה’לע
פון א מעשה’לע, א לידעלע

טרעף די ווארט וואס דו זעסט דארט
,אן ענטפער פאר דיר
נעם עס אריין, אז דו זאלסט זיין
א גיבור ווי קיינמאל פריער
—————————————————-
פון חנה מיט איר חבר’טארין
פיל קינדער שוין געבארן
עלטערן ארויסגענומען אן עצה א נייע

דעם ספעציעלן קינד מ’נעמט ארום
אוי, ישימך אלקים
כשרה כרבקה כרחל ולאה

בחורים אן ישיבות
געשפירט א חשיבות
זיך אזויפיל געענדערט בסייעתא דשמיא

וויפיל אידן אויף יעדן עק’לע
צופרידן געווארן מיט זייערע פעקעלע
נאכן הערן דעם רבי’ן ר’ איציקל’ס דעה
—————————————————-
א דרשה א געזאנג
א ווערטל א געדאנק
דעם חיזוק דיינעם פאנג
דאס קען דיך העלפן אויף יארן לאנג
—————————————————-
איי איי איי טייערער אידעלע
זוך אויף די נקודה’לע
פון א מעשה’לע, א לידעלע

טרעף די ווארט וואס דו זעסט דארט
א חיזוק פאר דיר
חזר עס איין, אז דו זאלסט זיין
שטארק אויף יעדן ריר

אוי, טייערע אידעלע
כאפ אן איין נקודה’לע
פון א מעשה’לע, א לידעלע

טרעף דעם ווארט, וואס דו זעסט דארט
אן ענטפער פאר דיר
חזר עס איין, אז דו זאלסט זיין א גיבור
ווי קיינמאל פריער
—————————————————-