LYRIC

DER GENERAL (Yid)- Avraham Fried- Composed by R’ Yom Tov Ehrlich Z”L- Yiddish Gems Vol. 2
(Originally Recorded by R’ Yom Tov Ehrlich- Teshuva)

א גליקליכע נאכט, זיך געענדיגט די לעצטע שלאכט
בערלין איז בעפרייט צוקלאפט איז דער שונא אין שטאט איז א נייער מאכט
ראקעטן מוזיק, פארן טאנקען אהין און צוריק
און גאר פרעמדע מענטשן דריקן די הענט זיך און וויינען אזש פון גליק

אין דעם קעניגליכן זאל, קומט יעצט פאר א גרויסער באל
עס פארברענגען זיך צוזאמען גרויסע פירער פון איבעראל
אמעריקאנער גענעראל, מיט א רוסישן מארשאל
א פראנצויזישער מיניסטער מיט דעם ענגלישן אדמיראל

און הויך אויפן זאל, אונטער בליקן פון איבעראל
אין שענסטן באלקאן עס זיצט דארטן איינזאם א רוסישער גענעראל
דער העלד פון בערלין, דער בעפרייער פון פראג און ווין
ער הערט פון דעם זאל געשרייען פון כבוד און גיט נישט קיין בליק אהין

א סטאטוע קוקט ער אן, פון דעם גרויסן נאפאליאן
א שטיק שטיין מיט קאלטע אויגן קאן נישט ריידן און קאן גארנישט טאן
ס’איז אמאל געווען א העלד, האט גע’רעש’ט מיט איהם די וועלט
פון דעם העלד וואס איז געבליבן א שטיק שטיין ערגעץ אינמיטן פעלד

דער גענעראל גיט א קלער, אויך פון מיר וועט נישט בלייבן מער
מ’וועט שפילן מוזיק מען וועט טראגן בלומען מארשירן וועט מיליטער
ריידן וועט ווער, עס וועט פאלן א פריינדס א טרער
און עס וועט דורכגיין א צוויי דריי יארן, מ’וועט נישט געדענקען מער

וואס טויג בלומען מיט מוזיק, ווען פערלאשן איז דער בליק
נאריש איז דער גאנצער לעבן און נישטא דא קיין אמת’ער גליק
וואס איז דען דער כבוד ווערט, אז נישט מען זעט און נישט מען הערט
זיין האנט רייסן די מעדאלן, און זיי פאלן אראפ אויף דער ערד

און מיט אמאל, זעט ער הייזאלאך טיף אין טאל
און אט דערקענט ער דעם טאטנס הייזל, און הערט דעם מאמענס קול
ס’איז פרייטיק פארנאכטס, אינדרויסן איז פינסטער שווארץ
אין הויז איז דאך ליכטיג א פארגעניגן, פול איז מיט פרייד די הארץ

ביי די ברענענדיגע ליכט, דער מאמעס גליקלאכער געזיכט
ווען דער טאטע פאר א הענטל, האט אין שולכען עם אוועק געפירט
ווי געשמאק איז דאן געווען, יענער דאוונען מיט א ברען
די שענסטע צייט וואס אין זיין לעבן, האט ער אין קליינינקן שולכען געזען

ער זיצט און ער טראכט, ער דארמאנט זיך א שיינע נאכט
צום הייליגן רבי’ן האט איהם דער טאטע, אין צימער אריינגעבראכט
אונטערן ברעם, האט דער רבי געקוקט אויף עם
דעם טאטן געזאגט דיין זון וועט אויסוואקסן, א צדיק אם ירצה השם

און די מאמע גייט און קוועלט, ווער דארף כבוד ווער דארף געלט
אז מען וואקסט שוין אויס א צדיק, האט מען דער וועלט און סיי יענע וועלט
ער האט כבוד ער האט געלט, און האט קיין גליק נישט אויף דער וועלט
ער וואלט זיין לעבן אפגעגעבן, ער זאל וויסן וואס מיינט יענע וועלט

און פלוצלינג ער זעט, ווי ער שטייט ביי דער מאמעס בעט
און איידער אויף אייביג זי איז איינגעשלאפן, האט זי צו איהם גערעט
האב נישט קיין שרעק, וואס איך גיי פון דיר קינד אוועק
איך וועל צו דיר קומען און היטן, גיין מיט דיר אין דיין וועג

און נישט איינמאל ביי דער נאכט, איז זי געווען מיט איהם אין שלאכט
און נישט איינמאל איהם געמינטערט, און צום לעבן צוריק געבראכט
נישט געווען ווען טאן א קלער, ווי די מאמע קומט אהער
אז ער ווייסט עס דאך אויף זיכער, אז שוין יארן אז זי לעבט נישט מער

א וואלס פאנגט זיך אן, שפילט א סאלא דער באריטאן
עס וועט שוין מער נישט זיין קיין מלחמות, א נייע צייט קומט אן
און דער קאנטריבאס, ברומט זיך אונטער א שפאס א שפאס
אלע זיי ריידן שיין וועגן שלום, אין הארצן איז פול מיט האס

גענערעלער פון דעם זאל, שפאנען צו דעם גענעראל
מען וועט טרינקען פאר זיין כבוד, מען וועט אנטען עם א מעדאל
דער באלקאן איז אבער לער, קיינער ווייס ניט וואו איז ער
אויף דער ערד ליגן צעווארפן, די מעדאלן זיינע נישט מער

אדורך איז א צייט, איבער ים’ען דארט ערגעץ ווייט
אין אידישן צענטער אין קליינעם שולכען, אין ווינקל פון מערב זייט
א פרוש זיצט דארט, הויך דער שטערן און לאנג די בארד
ער דריקט צו צום הארצן דעם קליינעם תהלים, און מורמלט שטיל פון דארט

קיינער ווייס ניט ווער איז ער, ווען מען פרעגט עם שמייכלט ער
און פון זיינע אויגן פאלן, הייסע טרערן א טרער נאך א טרער

און ער זאגט אז אך און וויי, זיין א גענעראל ביי זיי
בעסער זיין א פשוט’ער זעלנער, אין דעם אייבערשטנס ארמיי