LYRIC

YOSEF MOKIR SHABBOS (Yiddish)- Avraham Fried- Composed by R’ Yom Tov Ehrlich Z”L- Yiddish Gems Vol. 2

הערט א מעשה ליבע אידן
אין גמרא שטייט געשריבן
.און געוויס איר אלע פון דעם ווייסן

געווען א איד וואס האט געליטן
א אידענע מיט קינדער זיבן
.יוסף מוקיר שבת האט ער געהייסן

א גרויסער ארימאן
די הייזל ווי א שפאן
דארט ביי דעם ים
.פון ארימקייטן מן הסתם

א גאנצע וואך אין יאך כסדר
א פארשמיטער און א נאסער
.און נישט אויסגעגעבן קיין איין גראשן

געטראגן האט ער אלטע קליידער
און געגעסן ברויט מיט וואסער
.און די געלט האט-ער איבערגעלאזן

די קינדערלאך די פרוי
צופרידן געווען אזוי
אין הויז איז טאקע פוסט
.אבער אלע האבן שוין געוואוסט

אז דאנערשטיק פארטאג
.וועט ער געבן צו די אידענע א זאג

שנעלע בעל-הבית’טע קרוין
נעם דעם קויש און שוין
נא דיר די גאנצע געלט
.און קויף אלץ וואס דיר געפעלט

די בעסטע פיש
.זאל זיין גרויס און פעט און פריש

די בעסטע פלייש און וויין
ווי טייער עס זאל ניט זיין
און פרוכטן זייער פיל
.זאל זיין אלץ וואס מען וויל

און די אידענע איז אוועק
,גענומען ברענגען גאנצע פעק
א גאנצע נאכט
.קיין אויגן נישט צוגעמאכט

און געבאקט און געקאכט
,א גרויסן לעקאך א גרויסן טארט
און געקאכט און געבאקט
.זאגט אין אויוון אש געקנאגט

און פרייטיק ביינאכט
.דריי אורחים האט ער געבראכט
אין הויז איז ליכטיג און שיין
ווי אין גן עדן אליין
און פון אויבן אן
.ווי א קעניג אויף זיין טרוין
זיצט ר’ יוסף אליין
,און זינגט זיך זמירות מלא חן
אשת חיל מי ימצא
!אזוי עס ווי די שבת איז ניטא

און אביסל וייטער דארטן
פונקט אנטקעגן יוסף’ס הייזל
.געשטאנען איז א פאלאץ א פערמאכטער
און ארום א שיינער גארטן
מיט א פלויג פון שטאל און אייזן
און א טויער שטענדיק א פערשפאכטער
געוואוינט האט דארט אהער
א גרויסער מליונער
א גרויסער באנדיט
.האט פיינט געהאט א איד
פיל געלט האט ער געקאנט פארמאגן
האט ער אויכעט נאך פיל יארן
.אפשר שוין ווי אכציג און אריבער
די פרוי די קינדער פלעגט ער זאגן
זיינען וואו אוועק געפארן
.און אליין געלאזט האט מען אים איבער
און ער קארגיזער געווען
קיין ארימאן נישט געוואלט זען
געלעבט גאנץ אליין
.פונקט אזוי ווי א שטיין
געדויערט נישט ליינג
.און דער גוי ווערט זייער קריינק
און אינמיטן נאכט
א דאקטאר האט מען געבראכט
וואס אויף די שטערן זעט
.און ווייס אלץ וואס זיין וועט
און ער האט ער געזאגט
אז אלץ וואס ער פערמאגט
וועט ירש’נען אט דער איד
.וואס דער שבת היט
דער גוי האט עס דערהערט
איז אים געווארן זייער שלעכט
האט ער א קונה געבראכט
און אלץ פערקויפט אינמיטן נאכט
אןו געקויפט פאר די געלט
א בריליאנט פון די גרעסטע אין דער וועלט
זיין הוט איבער געגרייט
.און דער בריליאנט אריין געמעקט

האט דער גוי אזוי געשפאלט
בארג און טאל ארויף אראפ
.און האט פון מענטשן אנטלאפן
ער האט זיין הוט מיט דער בריליאנט
קיינמאל ניט אויסגעטאן פון קאפ
.און האט מיט דעם אפילו געשלאפן
איין מאל איז ער אוועק
געקומען צו א פרעמדן ברעג
אן אייזעלע בריק
.קען שוין נישט גיין צוריק
און ווי ער איז ארויף געגאנגען
אויפן בריג ארויפגעקראכן
.גענומען האט א רעגן צו גיסן
עס האט בליצן אנגעפאנגען
און א שטורעם אויסגעבראכן
.די הוט פון קאפ ארויסגעריסן
געכאפט האט עס דער ווינט
אין ים אריין געשמיצט געשווינד
און דער גוי האט פון קלעם
…אריינגעשפרונגען כאפן אים
געקומען א פיש
.געגעבן דעם וואסער א מיש
פארשלונגען דעם הוט אין בויך
און ארויף געשווימען אין דער הויך
פישער האבן איר דערקאפט
.און אין נעץ אריינגעכאפט
און פרייטיג פארנאכט
.האט דער פיש אויפן ברעג געבראכט
מען זוכט ארום דארט און דארט
קיין קונה איז נישטא
הייסט מען זיי צו גיין
.צו יוסף מוקיר שבת אליין
זאגט ר’ יוסף א שאד
מיין אידענע קיין כוח שוין נישטא
זאגט די אידענע זארג ניט אפ
.איך האב נאך א ליידיקן טאפ
ער האט געשנידן דעם בויך
:און זי האט גענומען שרייען הויך
!א בריליאנט א בריליאנט
.עס גייט נישט אריין אין האנט
א בריליאנט א בריליאנט
ר’ יוסף גיט א בליק
א בריליאנט א בריליאנט
.אבער צום שבת קומט עס ניט
האט געזאגט א איד
אז די גאנצע מעשה איז קיין חידוש ניט
וואס אויף שבת מען פארווענט
.קריגט מען צוריק מיט פראצענט