LYRIC

ACH VI SHAIN- Avraham Fried- Written by R’ Yom Tov Ehrlich Z”L- Yiddish Gems 2

,אין א טאג א הייסן
,אויף א מארק א גרויסן
,ערגעץ און א ווינקל פון יריד
,וועט א טומל ווערן
,קולות וועט מען הערן
.און פון וואנען וויסן וועט מען נישט

,און ארום די הייזער
,אן אייזעלע א ווייסער
,וועט זיך נעמען שפאנען שפאן נאך שפאן
,און אויף אים וועט רייטן
,אן אורח גאר פון ווייטן
.געקליידעט פשוט ווי אן ארימאן

,אין זיינע הענט וועט ער האלטן
,א גרויסן שופר גאר אן אלטן
,נאך פון בראשית אהן באהאלטן
,אויף דער גוטער צייט
,האלבע נאכט וועט נעמען טאגן
,און דער שופר וועט נעמען זאגן
,און זיין שטימע וועט זיך טראגן
.אויף די ימ׳ען ווייטע

,מענטשען וועלן זיך אויפכאפן
,און די זייגערס נעמען טאפן
,אפשר טוען זיי נישט קלאפן
,אדער שטייען קרום
,מען וועט רופן אינפארמעישן
,די פאליס און ראדיא סטעישאן
,פייער לעשער, עמיגרעישאן
.ס׳איז ביזי אומעטום

,און דער ראדיא וועט ערקלערן
,אז דער קול וואס מען טוט הערן
,עס דערנענטערט זיך א שטערן
,ס׳קומט אהן א פלאנעט
,און די רוסן וועלן בלאפן
,אז דער קול וואס לאזט נישט שלאפן
,ווייל עס איז א דורך געלאפן
.א רוסישער ראקעט

CHORUS:
,אך ווי שיין וועט דעמאלט זיין
,עס וועט אוועק די מורא
,הזורעים בדמעה
.ברינה יקצורו
,אוועק די שלעכטע צייטן
,אלעס טוט זיך בייטן
,משיח אויפן קליינעם אייזעלע
.קומט שוין באלד צו רייטן
,אוועק די שלעכטע יארן
,אלץ איז ניי געווארן
,משיח אויפן קליינעם אייזעלע
.קומט שוין באלד צו פארן

,און דער קול וועט רעדן
,צו יעדערן פארשיידן
,לשון קודש אלע וועלן פארשטיין
,יעדער איד וועט הערן
,מיט אויגן פיל מיט טרערן
.און וועט תשובה טאן מיט גרויס געוויין

,אליהו הנביא וועט אנזאגן
,מיט זיך גארנישט טראגן
,יעדער זאל זיך גיין צו זיך און שוהל
,אידן וועלן טאנצן
,אפלאזן אינגאנצן
.און די שילן ווען ווערן פול

,און די שילן נישט צום גלויבן
,וועלן פלוצלינג זיך אויפהויבן
,נעמען פליען ווי די טויבן
,אויפן הויכן בריק
,קליינע קינדערלעך פון אויבן
,וועלן ווייזן דורך די שויבן
,זעה נאר זעה דער וואלקנקראצער
.קלענער ווי א פליג

,און דער אלטער שמש סנדר
,וועט א קלאפ טאהן און דעם סטענדער
,עס נעמט טאגן אלע דארפן
,דאווענען גרויס און קליין
,אלע וועלן שטיין און תפלה
,קינדער ברעקעלעך אפילו
,און די שטערן וועלן הערן
.און ענטפערן אמן

CHORUS:
,אך ווי שיין וועט דעמאלט זיין
,עס וועט אוועק די מורא
,הזורעים בדמעה
.ברינה יקצורו
,אוועק די שלעכטע צייטן
,אלעס טוט זיך בייטן
,משיח אויפן קליינעם אייזעלע
.קומט שוין באלד צו רייטן
,אוועק די שלעכטע יארן
,אלץ איז ניי געווארן
,משיח אויפן קליינעם אייזעלע
.קומט שוין באלד צו פארן

,און די אינזיערן
,וועלן שטיין און קלעקן
,הייזער פליען אן ענרגיע קראפט
,עס איז דארט מסתמא
,באהאלטן א דינאמא
.א נייער אויפטו פון דער וויסנשאפט

,און אונזערע שכנים
,וועלן שטיין אינאיינעם
,קוקן אויפן הימל פיל מיט שרעק
,פנימער פארשעמטע
,הערצעלעך פארקלעמטע
.וואס דער איד ער פליעט פון זיי אוועק

,פאליאקן וועלן זיי באגלייטן
,און צווישן זיך ט׳מען ריידן
,ווידיש אנטעק נאש אבראשא
,באהאטערעם סטאל
,און די רוסן וועלן שטייען
,און מען וועט די וואנצעס דרייען
,העי איוואן סמאטרי נאש יאנקעל
.צעלי גענעראל

,די דייטשן וועלן זיך באהאלטן
,ווי די ראטן און די שפאלטן
,שרייען הייל דער אידע גייט
,רעגירן אויף דער וועלט
,די אמעריקאנער גוטע ברידער
,וואס לאזן רשעים וואקסן ווידער
,וועלן זיך פילן זייער ביטער
.מיט זייערע געלט

CHORUS:
,אך ווי שיין וועט דעמאלט זיין
,עס וועט אוועק די מורא
,הזורעים בדמעה
.ברינה יקצורו
,אוועק די שלעכטע צייטן
,אלעס טוט זיך בייטן
,משיח אויפן קליינעם אייזעלע
.קומט שוין באלד צו רייטן
,אוועק די שלעכטע יארן
,אלץ איז ניי געווארן
,משיח אויפן קליינעם אייזעלע
.קומט שוין באלד צו פארן

,אויף יעדען בארג און יעדן טאל
,וועט מען פלוצלינג אויפאמאל
,איינהערן דעם קול
,דעם שופר׳ס גרויסן קול
,אוי ס׳וועט זיין פרייליך, פרייליך
,מיר וועלן האבן אן אייגענעם מלך
.אז משיח קומען וועט צוגיין

,און די אידן פליען
,וועלן צום בארג ציון
,ירושלים קומט פון הימל ניי ביז גאר
,גאסן פון דימאנטן
,הייזער פון בריליאנטן
.יעדער איינער זיבן טויזענט פלאר

,און פון הר הזיתים
,וועלן גיין די מתים
,אנגעטאן די אלטע שבת קלייד
,דער אייניקל וועט ריידן
,מיטן עלטער זיידן
.און די מאמע וויינען וועט פון פרייד

,און מען וועט דאן רואיג לעבן
,מען וועט האבן נאר איין שטרעבן
,דער באשעפער זאל נאר געבן
,שכל אן א שיעור
,ווייל מען וועט נאר לערנען תורה
,און די סודות פון דעם בורא
,און ביינאכט וועט מען זיך פליען
.יעדער צו זיין טיר

,און אויף אלע בוימער דארטן
,וואקסן שפייזן אלע סארטן
,טייכן האניג פול דער גארטן
,וויין וויפיל מען וויל
,דער לייב וועט זיך פאר קינדער בוקן
,און זיי נעמען אויפן רוקן
,און זיי פירן צו באקוקן
.ווי ס׳לעבט די קראקאדיל

,און ווי הינדעלעך אצינדער
,וועט עס גארנישט זיין קיין וואונדער
,יעדע מאמע וועט האבן קינדער
,יעדן טאג פון יאר
,א קליין אינגל וועט איר פרעגן
,וויפיל יאר איז דיין פארמעגן
,וועט ער זאגן כ׳בין נאך יונג
.אינגאנצן הונדערט יאר

,ירושלים וועט זיך אויפהייבן
,אויף דער גאנצער וועלט פון אויבן
,און איבער אלץ דוד׳ס פאלאץ
,און דער הייליגער געצעלט
,פון אלע זייטן וועט מען מארשירן
,טויזענטער מתנות פירן
,העכער העכער צו די טירן
.פון פירער פון דיר וועלט

CHORUS:
,אך ווי שיין וועט דעמאלט זיין
,עס וועט אוועק די מורא
,הזורעים בדמעה
.ברינה יקצורו
,אוועק די שלעכטע צייטן
,אלעס טוט זיך בייטן
,משיח אויפן קליינעם אייזעלע
.קומט שוין באלד צו רייטן
,אוועק די שלעכטע יארן
,אלץ איז ניי געווארן
,משיח אויפן קליינעם אייזעלע
.קומט שוין באלד צו פארן

,לאמיר אידעלעך זיין גרייט
,אויפנמען די גרויסע פרייד
,תשובה טאהן געשווינד
,מער נישט טאהן קיין זינד
,דער פנים זאל נישט זיין פארשעמט
,און די הערצעלע פארקלעמט
,לאמיר ווערן שיין
,לאמיר ווערן ריין
,אוי האבן מיר א גרויסע בורא
,א שיינער פאלק און א זיסער תורה
.משיח מעג שוין קומען באלד צו גיין

,אוי האבן מיר א גרויסע בורא
,א שיינער פאלק און א זיסער תורה
.משיח מעג שוין קומען באלד צו גיין