LYRIC

DER CHALOM- Sung & Written by R’ Yom Tov Ehrlich Z”L- Chevlei Moshiach 2

געזען איך האב א חלום, ווידער איז שלום
,איך קער זיך אהיים אום צוריק ווי געשווינד
איך זיץ מיר אין וואגן, די פערד טוהען טראגן
צו טאטע, צו מאמע, צו א פרוי, צו קינד

איך פאר דורך די גאסן, שפאצירן דארט מאסן
,מען רעדט וועגן שלום מיט שמחה און גליק
מען באטראכט מיר כסדר, מיט זעלנערישע קליידער
און קיינער דערקענט נישט, אז דאס קום איך צוריק

אט זע איך דעם חדר, די שול וואו כסדר
,דעם רב’ס לעמפל ברענט דארטן גאנענע נעכט
דער הויף פון דעם רבי’ן, פול איז מיט לעבן
א ניגון א נייעם, פון ווייטן מען הערט

איך טו מיר באפעלן, דעם וואגן זיך שטעלן
,די הויז פון מיין טאטן איך זע פון דער ווייט
דער פענסטער איז אפן, איך בין צוגעלאפן
און קיק מיר אריין, שטיל פארשטעלט פון א זייט

אט זע איך דעם טאטן, דעם שטערן דעם גלאטן
,אויף זיין שויס א יונגעלע, האב איך דערזען
אן איידעלער פיינער, ער איז געוויס מיינער
ווען איך בין אוועק, איז ער נאך נישט געווען

אט זע איך מיין מאמען, מיט מיין פרוי צוזאמען
,זיי רעדן פון מיר אלע, איך הער עס גוט
איך קען נישט פארטראגן, איך וויל עפעס זאגן
נאר איך כאפ זיך פון שלאף אויף, פונקט אין דער מינוט