LYRIC
A SHIKKURE DIN TORAH- R’ Yom Tov Ehrlich Z”l- Shoshanas Yaakov
און אט וועט אונז דער פורים רבי ערציילען
פון א דין תורה וואס איז ביי איהם געווען פורים אין הויז
און סיי דער טוען סיי דער נטען און ער דער דיין
זענען געווען שיכור דורכאויס
וועט זשע וויסן געוויס
עד דלא ידע וואס איז
א גוטן פורים מיינע טייערע פריינט
איר ווייסט דאך אז איך בין דער פורים רב נישט פון היינט
און איך האב פון דעם אמאל קאפ דרייענישן אן א סוף
זעה איך אמאל פורים ביי טאג לויפן פיהל אידן שרייען כאפט א רב כאפט א רב
האב איך זיך געשטעלט מיט מורא
זאגן זיי מיר אז זיי האבן צווישן זיך א דין תורה
און זיי האבן געהערט אז איך בין א רב א גדול והנורא
בכן דארף איך פסק’נען פאר זיי די דין תורה
האב איך זיי געבראכט צו מיר אין הויז
און זאג זיי איך הער אייך אויס
אבער רואיג זאגט אייער סחורה
אן קיין מורא
מיט ארדענונג מיט א סדר
מיט דרך ארץ א יעדער
פאנגט אן דער ערשטער דער טוען צום ערשטן וויל איך אייך זאגן ווער איך בין
איר האט געהערט פון אלטן מתושלח פון חומש דאס איז איינער פון מיינע זיהן
און עוג מלך הבשן איז געווען מיין איידעם
זיינען מיר איינמאל סוכות ביינאכט געזעסן אויפן בוידעם
און געלערנט די מגילה
איידער מען האט געדארפט דאווענען נעילה
איז געקומען הערשל דער סופר
און האט אפגעביסן דעם פיטום פון שופר
האמיר געכאפט ביים פעטער
א בייסיק מיט איין רעדער
און געוואלט שנעל פארן פון ניו יארק קיין מאה שערים
קויפן ספרים
אינמיטן באגעגענען מיר ווייסט איר וועמען דעם אשכול הכופר
האבן מיר איהם געגעבן פארעכטן דעם שופר
ביז ער האט פאר-ריכט
האט גענומען ברענען די סוכה פון די חנוכה ליכט
בין איך געלאפן זיך באהאלטן אויפן קוימען
איז געקומען דער שוטה און ביי מיר צוגע’גנב’עט דעם אפיקומן
האב איך געזאגט צו איהם גוט
אבער איך וויל דערפאר אויף תשעה באב א נייעם בעקישע מיט א נייעם הוט
האט ער מסכים געווען אויפן ארט
און שוין דריי טויזנט יאהר אדורך און ער האט נאכנישט געהאלטן זיין ווארט
פרעג איך אייך איז עס א יושר
היינט איז א שעת הכושר
עס איז ניכר
אז ער איז שטארק שיכור
ער ווייסט ניט וואס מיט איהם טוט זיך אויף דער וועלט
וועט ער אפשר אפגעבן די געלט
ער האט געמאכט א גוטן טרונק
אבער איך האב גארניט גענומען אויף מיין צונג
נאר דריי גלעזער וואדקע
מ’סלאבאדקע
און פארביסן מיט א גלאט כשר’ע פרי
און איך רוף צו א דין תורה
איינס פון די זיבן זאכען
זאל ער גוט מאכען
די מינוט
אדער געלט אדער די הוט
אזוי האט גע’טענה’ט דער ערשטער פארשוין
זאג איך צו איהם שוין
גענוג
איך זעה דו ביסט גאנץ קלוג
אויסצוריידן א פילען גארגן
לאז א צווייטן אויך עפעס זאגן
און צום צווייטן זאג האסט געהערט
גיב איהם אפ די געלט ער איז גערעכט
זאגט דער צווייטער רבי איר ווייסט נישט דעם עיקר
איך בין אינגאנצן ניט שיכור
מען האט מיר מיט געוואלד אריינגעגאסן א פלאש מיט ליקער
איר האט רבי מן הסתם געהערט די מעשה
וואס מען דערציילט פסח פון די חד גדיא
דאס בין איך דער איד וואס האט די ציגעלע געקויפט בתרי זוזי
און איך האב עס אוועק געלייגט לעבן די מזוזה
איך קען אייך רבי שווערן אויף דעם אז זי האט דעם אפיקומן צוגע’גנב’עט ביי איהם
איך בין נאר געגאנגען טרינקן א גלעזל קאפפע
עס איז געווען שבעה עשר בתמוז נאך די ניינטע הקפה
וואס ער זאגט איז פאלשע שטיק
איך האב זעקס און דרייסיג תירוצים צוריק
די ערשטע צען תירוצים
איך בין אויפן קוימען קיינמאל ניט געווען ?
ווען די זאך איז געשען בין איך גאר געלעגן אונטערן בעט
און ס’איז געווען שפעט
ערב ראש השנה, האב איך געהאט א כוונה
אונטערן בעט מחדש זיין די לבנה
דער דרייסיג’סטער תירוץ איז
אז איך בין געווען אויפן קוימען געוויס
איך האב געוואלט דארטן ציילן ספירה
דערווייל איז אריין א פורים שפילער אין מיין דירה
האב איך געשיקט קיין שושן הבירה
האט ער מיר געגעבן מיטן לולב א שטויס
און מיר ארויס געטריבן פון הויז
איך גיב א בליק
דער עולם גייט שוין פון תשליך צוריק
האב איך זיך דערמאנט אז היינט איז עשרה בטבת
צאל איך נישט קיין חובות
אויב ער האט טענות
קען איך איהם געבן פאר די גאנצע געלט אויסגעשלאגענע הושענות
וועט ער גלייך מיט דעם קענען
דעם חמץ פארברענען
דער לעצטער תירוץ איז
אז איך האב שוין איהם באצאלט געוויס
איך בין געווען א נותן ער איז געווען דער מקבל
עס איז געווען דרייסיג יאהר פארן מבול
ער לייקנט אבער איז די צרה
זאל דער רבי מאכן א פשרה
ער איז א שטארקער למדן קיין עין הרע
ער קען אויפהייבן מיט איין פינגער די שווערסטע גמרא
דאס האט דער צווייטער געזאגט און געווארן שטיל
ער האט שוין קיין כח ניט געהאט ריידן פיהל
האב איך דער פרה דער מרא דאתרא געזעהן וואס מען וויל
און גענומען ריידן צום ציהל
פון אייערע רייד איז ניכר
אז איר זענט ביידע שטארק שיכור
איר רעדט ביידע פוסטע רייד
עס איז אין שבועות שטייט אין די הגדה
איר זענט ביידע שוין עד דלא ידע
אבער איך בין ביים שכל טייערע פריינט
איך האב גארנישט געטרונקען היינט
נאר אביסל זעקס און ניינציגער א האלבע שיסל
איך וועל אייך ערקלערן אלעס אין א סדר
ערשטענס איז פורים ניט דא קיין סדר
נאר די ערשטע סליחות ביינאכט
איידער מען נעמט ארויס פון ארון דעם ספר
און אקדמות ליינט מען גלייך ניט ווי א שופר
דערנאך עסט מען דעם קוגל
און דאס איז מסוגל
קיין שריפה זאל ניט זיין
און חנוכה לעכט צינדט מען ווען
נאר אויף א פדיון הבן
און פורים שפילער קומען צו גיין
נאר תשעה באב אליין
נאך די קרעפלעך מיט די חריין
די איינציגע וואס איר האט ריכטיג גערעדט
איז אז די לבנה איז מען טאקע מחדש אונטערן בעט
אבער דאס איז נאר געמאכט
סוף חודש ביינאכט
און אין מדרש ונהפוך הוא ווערט געבראכט
ווען לוט האט חתונה געמאכט זיינע זיהן מיט נח’ס טעכטער
איז געווען א גרויסע געלעכטער
ווייל דער שדכן איז געווען בלעם’ס אייזל דער גרעסטער שדכן אין דער וועלט
איז ער געקומען מאנען שדכנות געלט
ווייסט איר ביי וועמען ביי שמשון הגבור דעם אליין
האט איהם שמשון הגבור ארויסגעהאקט אלע ציין
איז ער געקומען צו מיר מיט א געוויין
בכן
ער רופט איהם אויף א דין תורה
ווייל פאר מיר האבן אלע מורא
און ער האט א גאנצן טומל געמאכט
און דריי עדות האט ער געבראכט
דער עגלה ערופה, און דעם שעיר לעזעזאל, און דעם לולב הגזול
האב איך איהם געזאגט אלע דריי זענען פסול
האט ער מיר געבראכט נאך צוויי עדות אזיינע
דער יקום פורקן מיטן מפטיר יונה
האב איך איהם געזאגט איך בין נישט קיין קונה
און געזאגט דעם פסוק וכסיל לא יבין את זאת
די ראשי תיבות פון פסוק איז אויזל
דאס זאגט מען זאת אז ביין אייזל שכל פעלט
און מען קאן איהם נישט געטרויען קיין געלט
און איך האב ארויס געגעבן א פסק צום סוף
אז די גאנצע געלט באלאנגט צום רב
אויך אצינד ביי אייך
איר זענט שיכור איר קענט נישט טראכטן גלייך
באלאנגט די גאנצע געלט צום רב
אויך אצינד איר האט געטרונקען אן א סוף
באלאנגט אויך די גאנצע געלט פארן רב
און מה דאך איר זענט אין שלאף
איר שנארכטס וויאזוי קען מען עס שלאפן זיצנדיג אויסגעצויגן
מיט אפענע אויגן
איז גיט די געלט צו ניט
כאטש א צענטעל איז גוט
עשר תעשר
ווען ניט וועל איך אויף אייך אנשיקן דעם קול מבשר
וועט אייך אויסלייזן פון די קושקע מיט די גריוון מיט די האלאפצעס און אנדערע אינטערעסן
ער וועט אייך געבן צו עסן
וואס אייערע זיידעס האבן געגעסן אין מדבר
ווייסטו וואס מן
איר וועט גארניט קענען טאן
דאן וועט מען הערן ווי איר שרייט מיר ווילן געבן צדקה
גיט אונז די ארימעלייט
אבער קיין ארימעלייט וועלן דאן ניט זיין
נו האט שכל און כאפט אריין כאפט אריין
דער רב האט גערעדט זייער פיין
געזונט זאל ער זיין
און די אלע וואס הערן זיך צו אמן
און אצינד ווייסט איר שוין וויאזוי מען דארף עד דלא ידע זיין
מען דארף זיין עד דלא ידע
אזוי אז מען זאל וויסן אז מען איז גארנישט אח לאי
און דאס איז די זאך
וואס מען דארף אויך טרינקען אסאך
ווייל נכנס יין יצא סוד
און “יין” און “סוד” איין צאל בגימטריא מען האט
וואס ביים א ניכטערען אויפן לונג
איז ביים א שיכור’ן אויפן צונג
נאך א גוטן טרונק ווארפט מען די מאסקע אראפ
און מען דעקט זיך אפ
און דאס מיינט מגילת אסתר
מען איז מגלה דעם הסתר
אבער ווי שיין זענען די רייד פון אונזערע דריי אידן געווען
מען האט געקענט זעהן
אז זייער קאפ ליגט שטענדיג אין מצוה און תורה
און אהבת הבורא
אבער עס זענען נעבעך דא מיליאנען אידן וואס ווייסן נישט פון אידישקייט אפילו א האר
און זיינען עד דלא ידע א גאנצן יאהר
זיי גייען אין שוהל אפילו
און ווייסן ניט וואס איז דאס תפילה
וואס איז תורה
וואס איז א מצוה וואס אן עבירה
נאך ערגער איז דארטן וואו די תורה ווערט פארטייטשט פארקערט
מיר וועלן אייך איבערגעבן א שטיקעלע פון דעם עם הארץ’ישן הפקר’דיגן לעבן אט הערט
א געשיכטע פון א איד ר’ חיים
וואס איז געקומען קיין ניו יארק זוכען יראת שמים