LYRIC

PURIM RAV- R’ Yom Tov Ehrlich Z”L- Shoshanas Yaakov

זיינען אלע אידישע שונאים דאן אנגעקומען
אבער מען האט ביי זיי גארנישט גענומען
שטייט ובבזה לא שלחו את ידם
זאגט דער פורים רב עס איז געווען אזא שמחה אויף דער וועלט
עס איז געווען אפילו ביזי ביי דער ארבעט האט קיינער נישט א שטעל געטאן די האנט צו פארדינען געלט
און מרדכי הצדיק האט צושיקט מגילות אין אלע שטעט
און פון אלע ניסים גערעדט
זעהט אידעלעך זעהט
ווער האט ושתי’ן צו דער סעודה געהייסן גיין
ווער האט זי געהייסן זאגן ניין
און אזוי די גאנצע מעשה ביזן סוף ווער האט אנגעפירט מיט דעם
נאר אונזער טייערער גרויסער השם
און יעדער איד האט גענומען טראכטען פון זיין גלויבן אויך
דער באשעפער איז גארניט אין דער הויך
ער איז אין הויז ער איז אין גאס ער איז אויף יעדן טריט
גייט מיט יעדן איד גיט איהם אלץ וואס ער דארף און היט
און אידן האבן געקריגן פארשטאנד
און געכאפט דעם באשעפער ביי א האנט
האח דאטס ביסטו דא
קיין פארשטעלעניש איז ניט דא
און דאן איז געשעהן
די אידן האבן נאכאמאהל מקבל די תורה געווען
אבער ניט מיט מורא
נאר מיט ליבשאפט אן א שיעור צום בורא
און צו זיין הייליגע תורה
קימו וקיבלו מען האט דערזעהן היינט
דער באשעפער איז אונזער א גוטער פריינט
ווייל ווייטקייט ברענגט קאלטקייט
נאנטקייט ברענגט ליבשאפט
מען האט נאר געהאט שרעק
ניט מצער זיין דעם גוטן פריינט ער זאל חלילה ניט אוועק
און מען טוט זיך פארשטעלן
ווייל דער דרך טוט זיי געפעלן
און מען נעמט שפעטער די מאסקע אראפ
מען דעקט זיך אפ
דערפאר הייסט עס מגילת אסתר
מען איז מגלה דעם הסתר
איז א פורים רב אפילו האט געטראפן אפילו
צו דעם א רמז אין די מגילה
שטיי ונחתום בטבעת המלך א חידוש א גרויסער
וואו קומט נחתום א בעקער בטבעת המלך מיט א רינג פון קייסער
איר דארפט נישט קלערן
איר וועט פארמאטערט ווערן
דער תירוץ אליין איז אין מגילה דא
שטייט ונחתום בטבעת המלך אין להשיב אויף דעם איז קיין תירוץ ניט דא
אבער לויט אונזער וועג
איז די פראגע אפ-געפרעגט
ונחתום מיינט די מגילה איז גע’חתמ’עט געווארן
בטבעת אין דעם טבעיות’דיגן וועג פונעם קייסער
עס איז מוטבע געווארן אין טבע אין די נאטור
און מיט די נאטור פירט אויך אן דער באשעפער נאר
אבער עס איז פארשטעלט פארדרייט
און אין די פשוט’ע רייד
וואס אין די מגילה שטייט
זענען הויכע הייליגע שמות אריינגעדרייט
אין ווארט והשתיה כדת איז דא אין דעם
דער הייליגער שם, י-ק-ו-ק
און די ווארט ושתי אין די ווארט והשתיה
אז דעם ניט וועלן ושתי אויף די סעודה זיין
און דעם קעניג’ס וויין
איז געווען דורך א שם
און די גאנצע נס פורים איז ארויס פון דעם
י’בוא ה’מלך ו’המן ה’יום
איז די ראשי תיבות פון די הייליגע שם
און נאך פיהל הייליגע שמות זענען פארוויקלט אין די מגילה
און פון דעם קען מען זעהן אז אין אונזער לעבן אפילו
זענען פיל שמות פארהאן
און גייען מיט אונז א יעדן שפאן
אבער אלץ איז פארדרייט פארשטעלט פאר אייך
אויך “מרדכי” און “ארור המן” זענען גימטריא גלייך
היינט איז אלעס פארשטעלט, אויף די וועלט
אלץ איז פארדרייט, די געדאנקען די רייד
ס’איז עד דלא ידע ווער פארשטייט