LYRIC

VENISHMARTEM- Sung & Composed by Lipa Schmeltzer- Gevaldig

ונשמרתם מאד לנפשותיכם

א איד היט זיך אפ דאס געזונט
ונשמרתם מאד לנפשותיכם
א איד היט זיך אפ דאס געזונט

איך גיי אונטערוועגנס ס’איז חושך שיינט נאר איין לעקטערל
ווער איז דאס לעקטער איך מיין א גרויס געלע טרעקטער’ל
לשם יחוד טוה איך א מצוה איך טוה אן מיין ריפלעקטער’ל
…ווייל די תורה זאגט

היט אפ דיין געזונט

ונשמרתם מאד לנפשותיכם
א איד היט זיך אפ דאס געזונט
ונשמרתם מאד לנפשותיכם
א איד היט זיך אפ דאס געזונט

יעדן טאג לויף איך אויך מאך איך נאך כל מיני אייבונגען
ווייל איך האב נאר איין זעהל
און מער קען איך נישט נאך א לייב דינגען
און ווען ס’ווערט מיר שווער
טראכט איך מער פון די תורה מיין גלייבונגען
…דער באשעפער זאגט

היט אפ דיין געזונט

אמאליגע צייטן אין שטעטל און הויפ’עלע
דארט אויך דער רייכער געהאט קוים א עופ’עלע
היינטיגע צייטן צוקער פלייש און פעטן
און די שפיטעלער מערן זיך די בעטן

מענטשן זיי האלטן דאס געלט פאר די אייניקלעך
אן דאס געזונט קען דאס געלט אויפטון ווייניגלעך
ס’איז וויכטיג צו געדענקן ווי ס’ליגט דאס שליסל
לאמיר זיך היטן כאטשיג אביסל

היטן דאס געזונט
היטן דאס געזונט
…היטן דאס געזונט

היטן דאס געזונט