LYRIC

TZUVISHIN KOSOV UN KITUV- Lipa Schmeltzer- Vizhnitz- L’eila Ul’eila

צווישן קאסוב און קיטוב
.איז א בריקעלע פארהאנען, איז א בריקעלע פארהאנען
ווי דער בעל שם, ווי דער הייליגער בעל שם, שפאצירן איז געגאנגען

צווישן קאסוב און קיטוב
.איז א וועלדעלע פארהאנען, איז א וועלדעלע פארהאנען
ווי דער בעל שם, ווי דער הייליגער בעל שם, תפלה טון איז ער געגאנגען

צווישן קאסוב און קיטוב
.איז א מקוה’לע פארהאנען, איז א מקוה’לע פארהאנען
ווי דער בעל שם, ווי דער הייליגער בעל שם, זיך טובל’ן איז געגאנגען

צווישן קאסוב און קיטוב
.איז א מערה’לע פארהאנען, איז א מערה’לע פארהאנען
ווי דער בעל שם, ווי דער הייליגער בעל שם, איז יחודים מייחד זיין געגאנגען