LYRIC
THE TRAIN FROM FRUNZE- Avraham Fried- Written by R’ Yom Tov Ehrlich Z”L- Yiddish Gems 2
.א
ערגעץ אויף די וועגן
,עס שטיין בלייבט מיין וואגאן
פארט מיר אן אנטקעגן
,א פרונזער עשאלאן
פענימער צופרידן, קוקן ליב צו מיר
.אידענעס מיט אידן, אן א שיעור
פון קעלץ, פון טורנע, פון בענדין
פון לאדזש, פון קראקע, ראדזימין
,פון פינסק, פון גראדנע, פון נאוואראדאק
פון גאליציע, פון וואלין, פון פשעמישל, און לובלין
.און פון לאמזשע, און פון ביאליסטאק
א מיידעלע, א קליינע
געבליבן מער נישט איינע
,שטעלט זיך פלוצלונג אפ ביי א וואגאן
זי האב דערזעהן אינמיטן
זיצענדיק א אידן
.און זיין פנים איז איר שטארק באקאנט
ענטשולידיגט
ביטע
?פון וואנען
!פון ליטע
?אייער נאמען
!!!…נאטע
!!!…טאטע
און עס קומען זיך צוזאמען
ברידער, שוועסטער, טאטע, מאמע
,אלע צו דעם פרונזער עשאלאן
הערט א מעשה וואס געטראפן
הערט א פאל וואס האט פארלאפן
.א טאכטער האט איר טאטן איצט דערקענט
…!יע!… א טאכטער האט איר טאטן איצט דערקענט
.ב
עס קריכט זיך יעדער איינער
,פון וואגאן ארויס
מען ציהט זיך אויס די ביינער
,מען גלייכט די פלייצע אויס
מען הייבט אן צו לויפן, צום צווייטן עשאלאן
.מען גייט פון טיר צו טיר און מען פרעגט זיך אן
אפשר איז ווער פון בענדין
פון לאדזש, פון קעלץ, פון ראדזימין
,און אפשר איינער פון נאוואראדאק
אפשר ווער פון קאטאוויץ
פון ריישע, פון סאסנאוויץ
.פון ראוונער געגענט, פון ביאליסטאק
א פרוי די האנט פארבונדן
דער פנים פול מיט וואונדן
,שטעלט זיך אפ ביי איינעם א וואגאן
א מאן קומט אן אנטקעגן
וויגט זיך אויף א שטעקן
.ביידע שטייען און מען קוקט זיך אן
!שעפ ראשאם) אנטשולדיג)
!פראשע) ביטע)
?פון וואנען
!פון פאמאזשע
!יענקל
!דוואשע
!…באזשע
!…אוי באשעפער
אוי
און עס לויפן זיך צוזאמען
קינדער, גרויסע, טאטע, מאמען
,אלע צו דעם פרונזער עשאלאן
הערט א מעשה וואס פארלאפן
הערט א פאל וואס האט געטראפן
.מאן און פרוי עס האבן זיך דערקענט
!…יע!… מאן און פרוי עס האבן זיך דערקענט
.ג
און איך שטיי מיר אינמיטן
,און קוק מיר הין און הער
א סאך באקאנטע אידן
,נאר איך קען נישט זאגן ווער
פול פון זיי איך טו קענען
,איך האב זיי ווען געזען
נאר איך קען זיך נישט דערמאנען
.וואו און ווען
אפשר נאך פון יארן לאנג
ליגן זיי מיר אין געדאנק
,נאך פון יענע צייטן פארן קריג
אדער זיך באקענט אין וועג
אין די ברענענדיגע טעג
.און אפשר דא שוין פארנדיג צוריק
איך קען גארנישט געדענקן
די הארץ האלט אין איין בענקן
,זי בעט זיך, זי וויל אויך א ביסל פרייד
איך כאפ דעם ערשטן אידן
ער קוק מיר אן צופרידן
.און איך געב א פרעג עם שטילערהייט
?פון וואנען זייט איר
!א לידע
?אייער נאמען
!ווידער
!!!…אוי ברודער
צום הארצן טו איך עם צודריקען
און ער קוקט מיט קאלטע בליקן
!?איך האב קיין ברודער ווער האט אייך געזאגט
זאג איך מאכט נישט קיין גערידער
אלע אידן זענען ברודער
.ווייל איין טאטן האבן מיר פארמאגט
!!!יע!… ווייל איין טאטן האבן מיר פארמאגט