LYRIC

TANTZ- Shulem Lemmer- Composed by Efraim Markowitz, Lyrics by Motty Ilowitz- Kiddush Hashem

VERSE 1:
פאריאגט און פארפלאגט
מיין הארץ אבער זאגט
,ווער פטור פון אלע קלעמען
אלס אפגעשטעלט
פארגעס פון די וועלט
עס וועט אלעס שלעכטס אוועקנעמען

די ברירה איז דיינס
צו כאפן א טאנץ
,די הענט און די פיס אויפצוהייבן
העלפן עס וועט
לעולם ועד
ממש דו וועסט עס נישט גלייבן

,זענט עטס גרייט
גוט שבת, גוט שבת

CHORUS 1:
כאפ אן דעם רינג
טאנצן און שפרינג
,פארגעס פון די צרות אינגאנצן
שמחה און פרייד
פון הימל מ’שרייט
פיין געטאנצן, וואויל געטאנצן

VERSE 2:
א טעצנל לעבט אויף
הייבט אויף ארויף
,עס איז אלע צרות מבזה
פון אלעס גוטס פּועל
טאנץ פיין און וואויל
פארגעס פונעם עולם הזה

קיין חילוק די בִּיעט
וועלכע ליד
,א פירער אדער א דרייער
הָארַא מיט רַאק
אלס איז געשמאק
טאנץ נאר און צינד אן דעם פייער

,זענט עטס גרייט
גוט שבת, גוט שבת

CHORUS 2:
כאפ אן דעם רינג
טאנצן און שפרינג
,פארגעס פון די צרות אינגאנצן
שמחה און פרייד
פון הימל מ’שרייט
פיין געטאנצן, וואויל געטאנצן