LYRIC

KIDDUSH HASHEM- Shulem Lemmer- Composed by Lipa Schmeltzer- Kiddush Hashem

VERSE 1:
א יוד ער טוט שטאלצירען
די פאלק וואס טוט זיך פירען
,מיט מידות אין א יעדע סביבה
נאר צו טון וואס ריכטיג
אייביק ריין און ליכטיג
ווי עס פאסט א גוטער איד

מען רעדט מיט יעדן איינעם
און ארבעט צו מיט שכנים
,און כולל שוהל אויך און ישיבה
פון רב ביז מילעך מעלקער
און ארבעט צווישן פעלקער
מען זעהט גלייך אז דער שכינה רוהט

CHORUS 1:
מאך א קידוש השם
,איי איי איי איי איי
מאך א קידוש השם
,איי איי איי איי איי
א קידוש השם
,איי איי איי איי איי
מאך א קידוש השם
,…איי איי איי איי
א קידוש השם

VERSE 2:
ווער קען זיין משער
ווי גרינג דאך איז עס טייער
,יעדע סקונדע קען מען שיינען
להגדיל ולהאדירה
זעהט מען אויף די צורה
דאס שייינקייט אז דא קומט א איד

ביים שליסן פרישע הויפען
ביים האנדלען און איינקויפן
,פארען פליגערס באסעס באנען
מיט דעם שמייכעלע דעם זיסען
פארגעסט קיינמאל צו גריסען
דעם ביטע, יישר כח, אלס אפהיט

CHORUS 2:
מאך א קידוש השם
,איי איי איי איי איי
מאך א קידוש השם
,איי איי איי איי איי
מאך א קידוש השם
,איי איי איי איי איי
מאך א קידוש השם
,…איי איי איי איי
א קידוש השם

VERSE 3:
פון וויאזוי מען פירט זיך
ביז וויאזוי מען פארלירט זיך
,האלט אן דיין הנהגה אייזן
אפילו צווישן אידעןֿ
מיט ליבשאפט און צופרידען
אויף נאך א איד מ’וועט ווייזן

טי רא רא רא ראם באם
גיב א קוק אין רמב״ם
,מקבל איז מען די מסורה
ווער עס איז א נאמן
דארף די מצוה נעמען
עס איז דאך ממש מן התורה

CHORUS 3:
מאך א קידוש השם
,איי איי איי איי איי
מאך א קידוש השם
,איי איי איי איי איי
א קידוש השם
,איי איי איי איי איי
מאך א קידוש השם
,…איי איי איי איי

BRIDGE:
דער קעניג האט ליב דאס קינד
,מיר זענן דערוועלטע פון איין הויז געזינד
גאר שטאלץ האלט מען דעם פאן
איך קוק מיר ארום און פון הארץ הייב איך אן

CHORUS 4:
מאך א קידוש השם
,איי איי איי איי איי
מאך א קידוש השם
,…איי איי איי
מאך א קידוש השם
,איי איי איי איי איי
מאכטס א קידוש השם
,…איי איי איי איי
א קידוש השם

א קידוש השם