LYRIC

REB YID- Yehuda!- Composed By Yossi Green, Lyrics By Mayer Eidlis- Yehuda! & Friends

VERSE 1:
זעהט אלע זעהט נאר
זיין פנים עס שיינט פון פרייד
דער צאטל, פון פשט״ל
,ליגט פאר אים אנגעגרייט
זיין טאטע און מאמע
און אלע געסט
.ביי זיין בר מצוה יעצט

ער באקומט א מתנה
א קעסטעלע שווארץ
און די תפילין, מיט ווילן
,דרוקט ער צו צום הארץ
זינגט ליבע פריינט
א ליד פאר אים היינט
.טיראראראם מזל טוב

CHORUS:
ר׳ איד
נאר מיט שמחה
דארף מען לעבן
קען מען לעבן
,וועט מען דערלעבן
ר׳ איד
מצוה גדולה
.להיות בשמחה תמיד

VERSE 2:
קלאפן די כלי-זמר
גייט מען אין קייט און טאנצט
ס׳איז א פרייד, פון הייליגקייט
,זיין צורה עס לייכט און גלאנצט
לחיים חברים
קומט טרונקט אלע
.לחיים חתן וכלה

די שמחה עס גרייכט שוין
באלד צום העכסטן גראד
זאל דער קנין, און דער בנין
,זיין נאר עדי עד
עס וואנטשט זיי א יעדער
מען הערט עס כסדר
.סימן טוב ומזל טוב

CHORUS:
ר׳ איד
נאר מיט שמחה
דארף מען לעבן
קען מען לעבן
,וועט מען דערלעבן
ר׳ איד
מצוה גדולה
.להיות בשמחה תמיד

VERSE 3:
ווישט אוועק אידן
דעם ביטערן טרער
גאר קיין פיין, און קיין געוויין
,גלות זי איז נישט מער
מיר וועלן אינאיינעם
מארשירן שוין
.אהיים אהיים קיין ציון

שאקלט אפ ברידער
פון זיך די שטויב
מען הערט קלאנגען, פון געזאנגען
,פאר השם א לויב
מען זעהט פון ווייטן
משיח רייטן
.אויף אייביג איז מזל טוב

CHORUS:
ר׳ איד
נאר מיט שמחה
דארף מען לעבן
קען מען לעבן
,וועט מען דערלעבן
ר׳ איד
מצוה גדולה
.להיות בשמחה תמיד