LYRIC

NISHT OIM SHABBOS GERET- Sung & Composed By Lipa Schmeltzer- Keneina Hora

CHORUS:
נישט אום שבת גערעדט
נישט אום שבת גערעדט
נישט אום שבת גערעדט
.איז שבת גערעדט

קומט א איד און שוהל
זאגסט כ׳האב פאר אייך א דיעל
זאג נישט ניין איך בעהט דיר
‘א טרעקעלע ‘פארוויל
א ‘סאנרוף’ וואס מאכט קיל
.די זיצן זענען פון לעדער

פארן וועסטו רואיג
‘איך רעד נישט פון א ‘ביויק
זאג נישט ניין איך בעהט דיר
אפשמועסן יעצט לאמיר
‘די באקומסט מיין ‘האמיר
.א גוטע פרייז בלי נדר

CHORUS:
נישט אום שבת גערעדט
נישט אום שבת גערעדט
נישט אום שבת גערעדט
.איז שבת גערעדט

פארגעסענדיג פון באטע
טראכט ער זיך פון אוטו
א נעוויגעישא״ן מיט א סיירע״ן
מאדנע ער איז וויליג
מיר צו געבן אזוי ביליג
.כ׳האף ער פלאנט נישט מיר צו בעטן אויך די שטייערן

צופרי ביי שוכן עד
ער רופט אים און א זייט
ער פרעגט אים נו אהא עהע עהא נו
איך האב א קרעדיט קארד
אויף מוצאי שבת ווארט
.’א ‘האמיר’ וועל איך דרייווען ‘ברענד-ניו

באלד נאכן זמן
ער רופט אים אריין
נו מיין נייע טרעקל ווי דאס
?יא פון דיין טרעקל, הא
נישט געבליבן קיין ברעקל
.נישט אום שבת שוין פארקויפט ביי שלש סעודות

דער בורא אונזער וועכטער
הצלחה אונז פארשפרעכט ער
נישט אום שבת מיינט נישט א גערעכטער
ווען שבת פארשוועכט ער
זיין סוקסעס צוברעכט ער
.און אלע פלענער א געלעכטער

הרהורים דיבורים
מסחר ממונות
חפצך אסורים וגם לחשוב חשבונות
די באשעפער טיילט פרנסה
א האנט המלאה הפתוחה
און ער האט אונז געהייסן היטן שבתות
.און ער האט אונז געהייסן היטן שבתות

שבתות למנוחה, ל..מנוחה

ביזנעס שבת
איך פארטרייב עס
און איך רעד נישט
וואס מיין דזא״ב איז
מצוות רבות
גאט פארשרייב עס
הכל בכל
.זכות פון שבת

ס׳קומט א וואך
א געזונטע וואך
!בזכות, וואס מער נישט, שבת גערעעעדט