LYRIC

MINCHA- Shloime Gertner- Composed By R’ Mendel Roth- Mincha

די הייליגע בעל שם הקדוש
האט אמאל געזאגט
אז א איד וואס ארבעט שווער און מסחר
געיאגט אזוי פארפלאגט
אין ס׳קומט פארנאכט
ער גיבט א שריי- מנחה! אוי וויי ס׳שפעט
ווי דאס געשריי עס שפאלט די הימלען
.דער באשעפער זעהט

ביז ווי לאנג קען מען דאווענען מנחה
ביז ווי לאנג קען מען דאווענען מנחה
ביז ווי לאנג קען מען דאווענען מנחה
.אוי אוי מנחה

מיין אידעלע געדענק
די צייט איז שוין זייער ענג
די בורא שטייט און ווארט
די טויערן איז נאך נישט פארשפארט
.ניין מיין קינד קום דאווענען מנחה

ויצא יצחק לשוח בשדה
ויצא יצחק לשוח בשדה
ויצא ויצא ויצא
.קום דאווענען מנחה