LYRIC

KNESES YISROEL- Lipa Schmeltzer- Composed By R’ Shlomo Kalish, Lyrics By Lipa Schmeltzer– Big Time Alter Heim

עס זיכט אויף דער גאנצער וועלט
דער חתן דער גרעסטער העלד
קלויבט זיך א וויילע
טרעפן זיין כלה
בויען זיין שיין געצעלט

ער קוקט גוט צו ווער גלייכט אים
וועט קריגען פון זיין רייכטום
א שידוך געשלאסען
פארמעגן געגאסען
מקיים געווען דעם ושמחתם

וויי שיין איז דער ערשטע יאהר
געקניפט איז דער גליקלעך פאהר
די יארען עס לויפען די זייגער עס טרייבט
די מאן רעד זיך אפ צום ווייב
עס איז שוין נישט אזוי גרינג
מיט גוטען מיט בייזען אלצדינג
עס הייבט אן צו זיין אזא חורבן בית
צושטעט איז דער גאנצער שלום בית

דער חתן דער מלך מלכי
האט געקליבען פון פעלקער אזעלכע
כנסת ישראל כלה קריאה
עס איז אונז אזא זכיה

געטריישאפט מיר ווילען דיר ווייזען
אסאך מאהל געדארפט ברעכן אייזען
בעטן מיר דיר היינט מבין ומזין
די זאלסט אונז נאך אלץ שפייזען

CHORUS:
און כתיבה גאר קלאר מען שרייבט
די תנאים צווישען מאן און ווייב
א כתיבה מיר האבען אויך גאר אן אלטען
און די וועסט אונז אויסהאלטען

דיין פאלק וואס איז שיף עיל
איז דאך דיין אשת חיל
קוק זיך אויף זיי אום ויי שווער פאר זיי איז
אונז ווילען א בעסערע שלום בית

לאז שוין דאם ווייב אהיים קערן
פארגאסן מיר האבן שוין פיל טרערן
נאר דו קענסט אונז שטארקען
מיט ווארמע ווערטער
די ביסט ביי אונז א גהערטער

מיר שרייען צו דיר רבון כל עולמים
אין בית שאין שם פגמים
וואס וועט זיין שפעטער מיט בנים ובנות
אויב האסטו נישט יעצט רחמנות

CHORUS:
נעם שוין דיין פאלק און הייב
מיר זענען דאך דיין אשת חיל
גיב אונז די ליבשאפט
וואס פעלט אונדז שטרק אויס
און בוי שוין צוריק אונדזער הויז