LYRIC

KISUFIM- Sung & Composed by Mordechai Ben David, Lyrics by Lipa Schmeltzer- Kisufim

די זון די שטערן זאגן עדות
די וועלדער און די פעלדער גלייך
די ערד וואס האט געזען די זיידעס
,יעדער אויף זיין אייגענע שפּראך
אב הרחמן שמע קולינו
זע וואס אויף דער וועלט קומט פאָר
רצונך איז דאך רצוננו
כשמש בצהריים קלאר

השתוקקות טוט צו דיר שלעפּן
א העכערקייט ביי אונז עס מאנט
אבער פארט איז דא וואס זיי ווילן טשעפּען
נישט לאזן ווערן צו דיר נאנט

געגועים שרייען צו דיר רופן
פון אלע עקן פון דער וועלט
עס בענקט דאס הארץ פיל מיט כיסופים
ווען האסטו נאך אזוי געקוועלט

די מעגליכקייט פון די וועלט’ס תענוגים
די טיר צום גאס איז אפען ברייט
פון אלע זייטן מקטריגים
,אבער קוק ווי שיין דיין פאלק היינט שטייט
אזוי פיהל תורה אזוי פיהל שיעורים
חסד און צדקה אָן א גבול
א יעדע מצוה מיט הידורים
מיט אמונה איז די וועלט היינט פיל

כמים פּנים לפּנים
צו פילסטו נישט דאס ענגשאפט גרויס
איך בעט דיך רחם אב על בנים
איך ווייס נישט וויאזוי דו האלסט עס אויס

געגועים שרייען צו דיר רופן
מ’בעט פון אלע עקן וועלט
עס בענקט דאס הארץ פיל מיט כיסופים
ווען האסטו נאך אזוי געקוועלט

(:תשובת השי”ת לעם ישראל)
געגועים פון אייער הארצן טיפן
איך זע עס שאקלט דאך די וועלט
איך פיל יא אייער בענקשאפט אייער כיסופים
איך האב קיינמאל נישט אזוי געקוועלט