LYRIC

KESHOSHANA- Yeedle- Composed By Eli Laufer & Yeedle- Lev Echad

,א בלימעלע, האלב פארטריקענט אין גאר בלאס
,א בלימעלע, פון ווינטן קאלט פון רעגן נאס
.די בלימעלע זי איז אליין, און דערנער פיל

,די בלימעלע, אלץ מיט פרישע דאגה׳לעך
,די בלימעלע, צווישען ווילדע צווייגעלעך
.די בלימעלע, אויף בליען שיין, שטארק זי וויל

,נעם מיר אריין
,אין א גארטן ווי עס דארף צו זיין
,אז איך זאל וואקסען מיט מיין פולן פראכט
,פון די דרענער ארויס
,איך שפיר ווי אט איך רייס מיר אויס
.פון די געדעכטע וואלד און פינסטערע נאכט

CHORUS:
,כשושנה בן החוחים
,כשושנה בן החוחים
,כשה אחד, בין זאבים
.כשה אחד, בין שבעים זאבים
(x2)

,א שעפעלע, טוט זיך ארום דרייען
,א שעפעלע, ווער הערט די געשרייען
.פון דעם שעפעלע, וואס איז אליין, און טרערן רינט

,אוי שעפעלע, דיין פאסטעך זיכט דיך שטארק ארום
,מיין שעפעלע, כ’וויל דיר צוריק נעמען קום
.מיין שעפעלע, קום שוין צו גיין, צו מיר געשווינד

,ווייל די חיות פון דער וואלד
,ווילן דיר נישט לאזן גיין
,זיי ווילן דיר פארציקען – גאנצערהייט
,איך בעט דיר זיך מיר אויף באלד
,איך קען מער נישט דא זיין אליין
,איך מוז דיר טרעפען שוין – געזונטערהייט

CHORUS:
,כשושנה בן החוחים
,כשושנה בן החוחים
,כשה אחד, בין זאבים
.כשה אחד בין שבעים זאבים
(x2)

,מיין יודעלע, זייד’דשע נישט פארלוירן מער
,בלימעלע, ס’וועט נישט לאנג געדוירען מער, מיין שעפעלע
.האלט דיך גאר שטארק, אויף אלעמאל

,אידעלע, לאז זיך נישט פון זיי פארפירן
,בלימעלע, מ’עפענט באלד פאר דיר די טירען
.שעפעלע, מיין טייער קינד, כלל ישראל