LYRIC

EIZEHU MEKOMON- Mordechai Ben David- Composed By R’ Yosef Mandelbaum, Lyrics By R’ Yechezkel Rotenberg HY”D- I’d Rather Pray & Sing

———————————————————————–
-א-

יידן דערמאנט אייך פארט
וואס ס’האט זיך געטון אויף דעם ארט
אין ארץ ישראל אין ירושלים
מ’האט מקריב געווען זבחים
שלמים עולות ונסכים
בזמן שבית המקדש היה קיים

ס’איז עולה געווען לריח
אויף’ן הייליגן מזבח
אויף איין ארט, אלע מיני קרבנות
מכפר צו זיין עוונות
על הרצון ועל האונס
אבער היינט איז נעביך א גרויס רחמנות
אויף דעם וויינען מיר און קלאגען
מיר בעטען און מיר זאגען
אלע טאג מיר בני מלכים
און יעדען אין דערפרי
ווערט געפרעגט איזהו… מקומן של זבחים
———————————————————————–
-ב-

באלד אינדערפרי
ווען מ’גייט און שוהל אריין
מ’גייט דאך דאווענען מיט כוונה
דערמאנען זיך די יודן
אז תפלה איז במקום תמידין
אז דאס דאווענען, איז דאך שטאטס קרבנות

דער קהל, און דער ש”ץ
דאס איז דאך א בלוזער זאץ
שטאטס א קרבן, נאר א בלויזער תפלה
ווייל אז מ’זעהט דאר, ווי מ’האלט
מאכט מען דאך א געוואלד
בנה ביתך, אוי אוי אוי כבתחילה
היינט בעט מען נאר, דאס איינע ווארט
ווי זעהט מען שוין צוריק דאס ארט
מקריב צו זיין תמידים ונסכים
אוי ווי לאנג נאך ווי
וועט מען פרעגן איזהו… מקומן של זבחים
———————————————————————–
-ג-

מיר פרעגן בשפה רפה-
די שאלה מה יפה
מה יפו פעמיך בנעלים
אוי ווי שיין, אוי ווי גוט
עס זענען געווען, די טריט
ווען מיר זענען געגאנגען, עולי רגלים
צדיקים וחסידים
ארימעלייט און נגידים
מיר זענען געגאנגען באהבה וריעות
מיט אחדות געגרונדן
גוף ונשמה צוזאמען, געבונדן
א קשר בלב און, מיט גלייכע דעות
שרייט געוואלד קומי רוני בלילות
אויף דרכי ציון אבילות
ס’זאלן שוין אויס געלייזט ווערן, אלע ציון’ס דרכים
אוי באשעפער ענטפער דו
די שאלה פון איזהו מקומן של זבחים
———————————————————————–
-ד-

בזכות די צדיקים זאלן לעבען
זאל אונז השי”ת געבען
מיר זאלן גיהאלפן ווערען מיט א ישועה אצינד
און אויף דעם בעטן מיר אויך
עס זאל נתעורר ווערען דיין כח
מקרב צו זיין די גאולה שלימה געשווינד
און פלוצלינג מיט דער צייט
ווען מען זען דאס פלאץ שטייט
דער בית המקדש דאס בית ועליה
עס וועט זיין וכולם מודים
ויחד כולם הודים
שהשכינה הקדושה תהיה בינינו שרויה
און תיכף באותו היום
וועט באלד זיין ונאכל שם
מן הזבחים ומן הפסחים
עס יעדער וויסן ווי איזהו
מקומן של זבחים
———————————————————————–