LYRIC

DREI DREIDEL- Sung & Composed by Cantor Moishe Oysher- Chanukah Party

ברענג מיר ברויט און ברענג מיר וויין, וועלן מיר אלע פריילאך זיין
,איך האב שוין לאטקעס פלייש און פיש, און א ווייס געדעקטע טיש
כהאב די ברכות שוין געמאכט, די מנורה שיינט א פראכט
טויזנט זינען יעדער פלאם, שטאלץ בין איך מיט מיין שטאם

דריי דריידל פון נון צום געראטן
דריי דריידל צום געראטן
קומט די וואך פון חנוכה איז אלץ ביי מיר געראטן

יעדער ליכטל האט א זין, עס דערמאנט מיר ווער איך בין
,די מנורה׳ס אויס פארשיינט, אלע זענען מיינע פריינט
אפיקורסים רוף אריין, זאלן זיי נישט גערעכט זיין
זאלן זיי טאקע זעהן אליין, סאיז א גרויסע נס געשעהן

דריי דריידל פון נון צום געראטן
דריי דריידל צום געראטן
קומט די וואך פון חנוכה איז אלץ ביי מיר געראטן

ווער האט זיך אויף דעם גערעכט, אז א שטיקל ברעקל לעכט
,ברענען וועט אויף דורות לאנג, און באלייכטן אונזער גאנג
ברענג אפילו שונאים מיט, שרעק זיי גאט נאר שטראף זיי נישט
ברענג מיר ברויט און ברענג מיר וויין, וועלן מיר אלע פריילאך זיין

דריי דריידל פון נון צום געראטן
דריי דריידל צום געראטן
קומט די וואך פון חנוכה איז אלץ ביי מיר געראטן