LYRIC

A VERDIGER YID- Yeedle- Composed by Mona Rosenblum, Lyrics by Lipa Schmeltzer- A Verdiger Yid

אזמרה לאלוקי בעודי
מיינט זיך שטארקן זאל אזוי-דו
קיינמאל נישט טראכטן קיין דבר רע
נאר זוך אויף דעם נקודה טובה

אפילו אמאל ווען מען פאלט
מאך נישט פון דעם אזא געוואלד
נעם נאר דאס גוטס וואס דו טרפעסט יא אין דיר
און נאר אויף דעם זיך קאנצענטריר

געדענקען מען מוז
אז וויאזוי מען איז
זיך מאכן פרייליך במילתא דשטות
טו צו דער זאך
א שפרינג א טאנץ א לאך
שהוא דבר גדול מאד

מיט יעדן גליד
נאך שמחה ציהט
פאר א יעדע’ס ווערדיגער איד
דאס איז די אמת’ע היילינג אין יעדן נויט
ס’איז א דבר גדול מאד

נישט דא קיין מענטש וואס פארהאן
וואס אלעס זאל גיין לויטן פלאן
דאס צוברכענקייט השפעות פארטרייבט
דערנאך פון דעם גארנישט בלייבט

עס דיר נישט דאס געזינט
פון די טרויער און עצבות די הויט אפשינד
הייב אן טראכטן טיף
גיי דורך יעדן סעיף
און וואס בין איך דאס בעסטע ווען איך פריוו

ווייל געדענקען מען מוז
אז וואזוי מען איז
זיך מאכן פרייליך במילתא דשטות
טו צו דער זאך
א שפרינג א טאנץ א לאך
שהוא דבר גדול מאד

מיט יעדן גליד
נאך שמחה ציהט
פאר א יעדע’ס ווערדיגער איד
דאס איז די אמת’ע היילינג אין יעדן נויט
ס’איז א דבר גדול מאד

אזאמרה לאלקי בעודי
שבחו לשמו והודו
מען קען דאך פועל’ען יעדער ישועה קרובה
מיטן טרעפן א נקודה טובה

געדענקן מען מוז
אז וויאזוי מען איז
זיך מאכן פרייליך במילי דשטות
טו צו דער זאך
שפרינג ביזן דאך
די רבי זאגט ס’איז א דבר גדול מאד

ווער עס פאלגט און היט
און דערהערט דעם ליד
איז זייער א ווערדיגער איד
א פייער אפפער אין יעדן נויט
ס’איז א דבר גדול מאד

ויפרקנן מכל עקתין
אפילו מאכן פאקסן
מיט שמחה קען מען וואקסן
ס’איז ממש א חובה
זוך א נקודה טובה
א ווערדיגער
ווערדיגער איד